אט האסטו מיינע געפילן:
- איבער א וואך פון סליחות געזאגעכטצער - זיכער מאכן אז ג-ט האט מיט אונז נישט קיין וועג ארויס
- א נייע מעסער זיך פארשאפט - שניידן זאל עס חותך'ן א גוט יאר
- די עפל, מילגרוים, טייטלען, פיש קעפ, האניג, און באנאנע גרייט - דערוואגן זאלן די מלאכים זיך אנקעגנצושטעלן..
- כרתי, סילקא, תעלא בעידניה, הוצא ודפנא, וכל חניכא - נאך א ירושלימ'ער מסורה פונעם בבלי'שן גמרא..
- פון איין ווארט 'תרועה' - ארויס בלאזן 100 מאל, מיט אן עקסטערע דרייסיג פאר וועמען דער בעל תוקע'ס 'נשימה' איז נישט גענוג בריסק'יש
- א באנוס צוויי שעה'דיגע ערב ראש השנה'דיגע סליחות - וואו כ'טרעף מיר זוכן די 'ציון' שטיקלעך אינמיטן מרוב אורכם.. והיון מבין..
- לשנה טובה קארטלעך אנגרייטן, ארומגיין וואנזיניג צו אלע פיפטע קאזינעס און עלטער באבעס נאכן דאווענען פארן סעודה - אין קעיס דאס איז די 'פעסווארד' צו אויפשליסן אלע זייערע זכותים
- חס ושלום נישט אריינשלאפן אינעם 'מזל' - אין פאל מ'דארף דיר וויכטיג on duty..
- סטראשענען דעם באשעפער מיט אן 8 שעה'דיגן דאווענען - שוין באלד בגדר אבסעסיע
- זויערע זאכן - קען אונז חלילה פארזויערן דאס יאר, און 'אגוזים' קענען אונז דאס אנ'חטא'ן נישט אום שבת גערעדט.
- פת פלטר - פאר וועמען התאחדות האט דאס נאכנישט גע'אסר'ט - יעצט א צייט זיך מיט צו כאפן
- שיעור נישט פארגעסן די 10 קאפיטלעך תהלים יעדן טאג, די רינדעכיגע חלות, און די געקעסטעלטע לאקשן - אלעס בלויז צו 'מרמז' זיין 'כפר', אדער גאר וועגן מלכות, אדער וועגן עפעס אנדערש.. איר זאלט מיר מוחל זיין אויב איך בין שוין צומישט ביי דעם פונקט..
און פאר די טשערי אן די פיי, גייט מען צום טייך, צו די פיש, און מ'געבט זיי איבער אלע לעצט-פארבליבענע עבירות, נא פוי. די עיקר אז מ'פארשאטענט דעם שכנ'ס מחזור ווען ער פלאגט זיך צו כאפן דאס ביסל לעכטיגקייט מיט די פיצענלקע אותיות דארט..
אבער ס'איז נישט געענדיגט בכלל.. נאכער קומט יום כיפור אויפן רייע:
- כפרות שלאגן - למען השם, וועלכע עבירות האט מען אנגעיאגט צו טון זינט דעם תשליך 6 און אהאלב טאג פריער? קען זיין זיי זענען אליין נישט איבערצייגט אז דאס ארבייט?! טא, וואס וועט א דרכי אמורי'דיגע מנהג ארויסהעלפן? מיינסט ס'איז בלויז אויפן ספק אז יעזול איז יא בעל הבית??
- מלקות וואס טוט נישט וויי
- צדקה פישקעס וואס קומט אלע אן צום גבאי אין השבת אבידה שטיבל
- פיש פארן סעודה ווען די אפעטיט ליגט ווייסעכוואו
- איבערבעטן - אדער בעסער געזאגט זיכער מאכן אז יענער איז טאקע געווארן געטשעפעט
- געזונט לעכט
- פאסטן ווי מלאכים
- קיטלעך ווי גלחים
- וידוי 10 מאל, אומצאליגע על חטא'ס - ניטאמאל דערמאנענדיג טעכנעלאגיע, מ'דארף זיך נישט זארגן?!
- אויב א מקרה לילה, דארף מען זיכער מאכן אויסצולעבן דעם יאר - דאן מיינט עס כאטש עפעס גוטס
- וויינען ביי אחרי מות שני בני
- און גיין אין שול אנע סליפערס - למחמירים בלבד..
אויב זענען די פסח חומרות אין די גדר פון OCD, דאן וואס זענען די אויבנדערמאנטע? ס'שיינט ווי נישט בלויז זענען מיר נישט זיכער צו ג-ט וויל אונז בענטשן אדער... נאר ער האט גאר אליין BPD וואס מיר דארפן באפרידיגן מיט יעדע מעגליכע מיטל..
**********
והאמת אגיד, ס'האט געפלאצט ביין ערב ראש השנה'דיגן סליחות דאס יאר.. וויפיל איז די שיעור צו זאגן? גייט טאקע די פערטע ה' ה' אויסמאכן מער ווי די צווייטע - אויב איז ער אזא רחום וחנון ווי עס לויטערט? בקיצור, קיין סענס מאכט עס נישט, קיין איבעריגע כח האב איך נישט, אנגעצויגענקייטן האב איך אייגענע אויב ס'פעלט אויס.
צו וואס??
**********
און דא קומט די קנייטש.
אונטער די אלע ריטואלן און ענדלאזע רמזים וחרזים ליגט למעשה א בונד צווישן מיר און אלעס וואס איז ביי מיר טייער. עס רעפרעזענטירט די משפחה, די קהילה, די יוגנט לוסט, די אינערליכע איננאסענס, די פרייליכע, ראמאנטישע, אנגעצויגענע, און ספיריטואלע מאמענטן אויף וואס מיר זענען אויפגעוואקסן. דא ליגט דעם סאמע 'מיך' וויאזוי נאר איך קען איר. אפהאקן דערפון איז נישט בלויז אנטדעקן 'אינדיפענדענס' אדער פרייהייט, נאר עס איז זאגאר אפשניידן א טייל פון מיר אליין..
יא, ס'איז געשמאק צו גיין אויף אייגענע וועגן, אויפברעכן די ערד אויף וועלכע מ'שטייט, אויסמעקן די פענע וואס האט דיר פארגעשריבן, אויסלאכן מאמענטן פון וועלכע מ'קוקט זיך אן מער ערוואקסן.
ס'וועט אבער נישט העלפן, און ס'וועט קיין רואיגקייט נישט ברענגען. די חלקים וואס דו זוכסט אפצושיילן זענען נישט בלויזע שאלאכטס נאר גאר הויט אליין, די זאכן מיט וואס דו שעמסט זיך זענען נישט קיין צווייטנס ס'זענען דיינע. קוק זיי אין שפיגל, מאך שלום מיט זיי, נעם זיי אריין, ערצוה זיי צו דיין ערוואקסענע/אומאפהענגיקע שטאנד. אזוי, אפשר, וועט דיר גוט און זיס ווערן.
תשליך מיט די האניג, סליחות מיט די כפרות, געזונט לעכט און די פיש קעפ, ס'איז אלעס נאר מאדנע ווען מ'קוקט פון אינדרויסן אריין, ווען זיי זענען ליידיגע סימבאלן, אבער נישט איינמאל מ'פילט זיי אן מיט געפיל און אינערליכע ראמאנץ!
שובה ישראל עד ה' אלוקיך - פון איין זייט ג-ט, אבער פון אנדערן זייט דיינע!