'אײזערנע פונקען' פון יאיר װײנשטאק איבערגעזעצט דורך יהוסף שװארץ - קינדער שפיל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,576
רעאקציע ראטע
4,653
פונקטן
443
סאו איך האב נאכנישט געענדיגט מיט 'א שטימע פון יענע װעלט' אבער װיפיהל איז די שיעור פאר א מענטש זיך צו טאָרטשערְן אלזא האב איך באשלאסן צומאכן א שטיקל טױש און אָנהױבן א יאיר װײנשטאק ביכל. די ביכל װאס איך האב יעצט אנגעהױבן טראגט די טײטל 'אײזערנע פונקען'. איך האלט שױן נאך 100 עמודים ממילא איז שױן צײט צו גיבן א שטיקל רעװיוּ.

יאיר לױט װי איך װײס שרײבט אין עברית און טאקע אױפ'ן דעקל שטײט דערינען אז דער אידישער װערסיע איז "צוזאמענגעשטעלט און ארױסגעגעבן" געװארן דורך הרב יהוסף שװארץ. פארװאס ער קריגט א הרב װײס איך נישט אבער פײן.

איז שטײט נישט קלאר אז יהוסף האט עס ממש איבערגעזעצט, און איך קען אים נישט צו װיסן אױב ער טוהט דאס פערזענליך טאקע אדער האט די צײט דערצו, אבער ס'איז מסתבר אז ער האט עס "געלאזט" איבערזעצן.

איז אזױ װי אלעמאל װען מען געדענקט עפעס װאס מען האט ליב געהאט אלס קינד און מען פרובירט ער נאכאמאל אױף דער עלטער באקומט מען א שטיקל אנטױשונג אזױ אױך מיט דעם. נו, ס'איז נישט.

איך מאך עס נישט אװעק. איך האב נאך אלס ליב יאיר'ס סטײל אבער ס'איז נישט דאס װאס כ'האב געדענקט אלס קינד - ספעציעל זײן בוך, די אידישע װערסיע פארשטײט זיך, מיט'ן טײטל 'פארכאפט אין טעראר'. עס קען זײן אז ס'האט פיהל צוטוהן מיט דער טראנסעלעיטאר אבער די 'אײזערנע פונקען' איז אינקרעדעבּלי באורינג! פארכאפט אין טעראר געדענק איך האט געהאט אזעלכע זיסע און הומאריסטישע װיצן. די בוך איז אזױ טרוקן און מאָרבּיד. ס'איז ײתכן אז שװארץ האט ארױסגעשניטן אלע דזשאוקס װײל ס'איז נישט גענוג אײדל. װער װײסט...

די פלאט דערװײל איז אביסל קינדעריש (ער האט אױפגעבראכן א סעיף מיט א דריללער, א פײער-שפריצער, א פּײנט בערשטל און נאסע לײם פון זײן טאשקע...) אבער נישט דאס באדערט מיר. דער בוך איז װי נישט װי פאר קינדער ממילא קען מען דאס נאך אראפשלונגען.

מיר באדערט די צאל טעותים װאס איך האלט אין אײן געפונען אין דעם בוך. איך רעד נישט יעצט פון טעותים װי אז דער און דער גאס האט דעמאלס נישט געהײסן אזױ אדער יענע בנין איז נאך יענע יאר נישט געװען געבױעט. איך רעד אפילו נישט װען ער ספעלט נישט גענוג אקוּראַט לדעתי איבער טראנסליטערעישנס פון אױסשפריכן אין אנדערע שפראכן (װאס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך. עס מאכט מיר נערװעז עד דוכדוכה של נפש). איך רעד פון טעותים אין די נעמען פון די גאַסן, שטעט אדער פאלש איבערטײטשן אױסדרוקן פון אנדערע שפראכן און נוצן די אומריכטיגע װאקאבולאר. זאכן וואס יעדער אינגל וואס קען אביסל גוגלען קען אויסגעפונען.

לאמיר אײך גיבן אפאר דוגמאות:

די הױפטשטאט פון אירלאנד הײסט נישט 'בעלבעסט':​


1763922953659.webp


עקספעדיציעס נישט עקספאזיציעס:​


1763923485209.webp


ס'נישטא קײן דזשארדזשינסקי סקװער אין מאסקעװע:

1763923739560.webp


מען זאגט עס לענגלי, נישט לאָנגעלי:​


1763923924689.webp


ער האט נישט געהײסן אברעל הילמאן נאר אװערעל האַרימען:​

1763924209729.webp



עס איז 'ליבּעדינױע אזעראָ' ליד בּײ דער קאמפאזער טשײקאָװסקי:​

1763924813477.webp



עס איז נישט רוחו מינהון נאר רוח מינון.

1763924919328.webp


זײ הײסן נישט 'קורשן' נאר קוּרוּשׁ:​

1763925070439.webp


נישט באבושקא נאר דער פּראָפּער נאמען איז מאַטראָיאָשקאַ דאָללס:​

1763925169166.webp


נישט קאװאס נאר קװאַס:​


1763925256667.webp



דער 'בּאָלשױ' מאסקאװערעטצקי בריק:​

1763925362930.webp
 
די האסט זיך גענומען פאר א אפציעלע מיסיע אנצושרייבן אלע דיינע ביכער?
איך פארשטיי באמת נישט דיין פאוינט דא, ביי די פאריגע בוך האב איך פארשטאנען, אבער דא רעדט מען פון עכטע קליינע מינדערוויכטיגע טעותים,וואס על פי רוב ווען איינער ליינט דאס, לאזט ער אויס די חלקים, קיינער ליינט נישט קיין נאוועל צו געינען נאלעדזש,
איז צו וואס ווילסטו צוקימען?
 
לעצט רעדאגירט:
װאס הײסט דאס 'מינדערװיכטיגע טעותים'? מען צאלט דאך אים געלט איבערצוטײטשן נײן?

יאיר גײט אדורך גרױסע לענג צו שרײבן גענױ די נעמען פון גאסן, פון סטאנציעס און פון קאָקטײלס אפילו און דו האסט נישט די מינדסטע געדולד צו גײן גוגלען א טערמין? װי שװער איז דאס שױן?

אײם סארי אבער דאס הײסט א פּאַצערישע ארבעט געמאכט!
 
לעצט רעדאגירט:
װאס הײסט דאס 'מינדערװיכטיגע טעותים'? מען צאלט דאך אים געלט איבערצוטײטשן נײן?

יאיר גײט אדורך גרױסע לענגס צו שרײבן גענױ די נעמען פון גאסן, פון סטאנציעס און פון קאָקטײלס אפילו און דו האסט נישט די מינדסטע געדולד צו גײן גוגלען א טערמין? װי שװער איז דאס שױן?

אײם סארי אבער דאס הײסט א פּאַצערישע ארבעט געמאכט!
אין די ארגינעלע עברית'ישן ווערסיע זענען נישטא די טעותים?
 
אומזער קאמיוניטיי דארף נאך אסאך ארבעט אין סעלף קריטיקירן. אבער עס זעט מיר אויס ווי ביסט דא אויף א מיסיע, איי מין, לכאורה ביסטו גערעכט מיט דיינע טענות, אבער סע איז בעיסיקלי ספעלינג מיסטעיקס אדער פארמישט נעמען, מען האט שוין געהערט אזאנס, נישט דעיס איז אונזער פראבלעים.
 
קֶץ'ל חביבי, איך וויל נאר וויסן וויפיל מאל ביסט שוין געווען אין רוסלאנד אז דו האסט געוויסט ארויס פון די ארבל אז ס'איז נישט דא קיין דזשארדסשינסקי סקווער...
 
איך האב נישט געװיסט. נאכ'ן באמערקן אפאר מיסטײקס װעגן פאקטן װאס זענען ברײט באקאנט װי למשל 'בּעלפֿאַסט' אין אײַרלאנד, טשעק איך יעדע פרעמדע מושג װי למשל א נאמען פון א שטאט, א גאס אדער װערטער פון א אנדערע שפראך װי אראביש אדער רוסיש צו זעהן אױב ער פארטײטשט עס ריכטיג. רובא זענען גוט אבער װי געשריבן איז אױך דא א שײנע פאר מיסטײקס.

@טעלעפאן איך האב נישט געזען די ארגינעלע אבער ס'איז מסתבר אז נישט. יאיר איז זײער מעטיקעלעס.
 
לעצט רעדאגירט:
ספעציעל זײן בוך, די אידישע װערסיע פארשטײט זיך, מיט'ן טײטל 'פארכאפט אין טעראר'
אגב די אידישע ווערסיע פון פארכאפט אין טעראר איז אינגאנצן אנדערש פון די ארגינעלע ווערסיע אין עברית. ס'איז אויסגעריסן גאנצע שטיקער. מהאט מסרס געווען די גאנצע מעשה אויסצורייסן שפורן פון ציונות

כנ"ל מיט א צוואה פון הונדערט יאר
 
א שאד ס'נישטא א מיסטעיק אויף יעדע פעידזש, איך זוך וואס צי ליינען, ס'מיר שווער צי כאפן די מעשה מיט נאר אפאר פעידזשעס..
 
די האסט זיך גענומען פאר א אפציעלע מיסיע אנצושרייבן אלע דיינע ביכער?
איך פארשטיי באמת נישט דיין פאוינט דא, ביי די פאריגע בוך האב איך פארשטאנען, אבער דא רעדט מען פון עכטע קליינע מינדערוויכטיגע טעותים,וואס על פי רוב ווען איינער ליינט דאס, לאזט ער אויס די חלקים, קיינער ליינט נישט קיין נאוועל צו געינען נאלעדזש,
איז צו וואס ווילסטו צוקימען?
גראדע יא. איך האלט אז די פאקטן מיזן שטומען אפי ביי א נאוועל. לגופו של עניין וועל איך קאמענטן אויף זיין הודעה
 
אין די ארגינעלע עברית'ישן ווערסיע זענען נישטא די טעותים?
ניין. יאיר איז זייער מדוקדק. אזוי אויך חיים גרינבוים. זיי שרייבן שוין בוקס נאך פון פאר גוגל אין אלע פאקטן שטומען אקוראט
 
ײשר כח. דאס איז עקטזעקטלי מײ פױנט. די ביכל איז נישט מוגה פֿוּלי און דער איבערטײטשער מאכט פולע טעותים. איך װעל שפעטער לײגן נאך סקרינשאטס.
 
האלטענדיג שױן בײ בלאט 450 קען איך גיבן אביסל א מער דזשענעראַלע אנאליז און דאס איז אז דער ביכל פעהלט נאָװעלטי. יא עס באזיצט אסאך קלײנע דעטאלן: דער גאַס'נס נאמען איז געװען אזױ און דער סטײל האט געהײסן בּאַראָק אדער גאָטיק אבער די מעשה, די עצם געשיכטע איז זײער בלענד. זײער טרוקן. עס איז נישט ציענד בכלל. די פּלאָטס זענען זײער פשוט און די מִקרֶהס זענען געקינצלט:

פונקט האט זײן טאטע געהאט א װאַקס פארבריק און זײן חבר הערשל א דרוקערײ. פונקט האט אין ר' זרח פון טריעסט געהאט א פעטער א חסידישער איד ר' יואל אין װיען װאס האט אלעס געקענט העלפן פאר אהרל'ען און פונקט האט װלאדימיר געטראפן די פּאָבּ אין װעלכע סטאניסלאװ האט זיך פארלױרן און פונקט האט ער זיך אנגעטראפן מיט א חסידישע איד אנטלאפן פון דער קישענעװ פאגראם זיצן אױף א באנק אין גאס. איגער האט געארבעט פאר די אָקראַנאַ פון דעם צאַר אבער אױכעט פאר די קײ דזשעי בי און עס איז איגער'ן געװען אזױ לײכט צו פארכאפן די העיד פון די רוסישע מאפיא אזױ לײכט װי מען קידנעפפד א קינד.

חוץ מזה איז דער ביכל פוהל, אפשר צופיהל, מיט פיהלינגס און שילדערונגען פון עמאושענס אדער סתם מאָנדעין טעסקס און אקטיװיטעטן. װי-אזױ ער האט געפיהלט און װאס ער האט געטראכט. ער איז געגאנגען און ער איז געקומען. ער איז געפארן אױף דער באן קײן האמבורג, מיט א װאגן צו זײן רבי'ס שטעטל, און אױף די שיף קײן עליס אײלענד.

ס'האט געשנײט און ס'האט גערעגנט. זײנע לונגען האבן טיף ארײנגעאטעמט די קאלטע לופט, די שנײ פלעיקס האבן זיך געהױדעט אין די װינט, די זון שטראלן האבן געגלעט זײן געזיכט, ער האט באטראכט די אײז שטיקער װאס הענגען פון די דעכער, און זײנע געפיהלן האבן געברױזט װי כװאליעס אין דער אקעאן. עס דערקענט זיך אז דאס ביכל איז געשריבן געװארן פאר א אױדיענץ, און אפשר אפילו פון א מחבר, װאס עקספיריענסד די װעלט מער דורך די בלעטער פון א בוך װי אײדער דורך פערסאָנעל, ערשטע האנט עקספיריענסד.

פאר יעדע 15 פעידזשעס האט ער אײן פעידזש פון מוסר וחסידות מיט עפעס א שלעכט געפינטלטע לשון הקודש'דיגע פסוק. און די גאנצע מעשה קוקט אױס װי 20 באזונדערע מעשיות צונױף געשטיקלט צוזאמען. אנטקעגן יאיר'ס אנדערע ביכער קוקט דאס אױס צוזײן דער שװאכסטער. אדער זאג איך נאר אזױ װײל די אנדערע האב איך גלײענט אלס קינד און אלס אינגע בחור.

דא האט איר נאך אביסל פײדזשעס פון די פאצערישע ארבעט פון דער מתרגם (בכלל האט ער א שלעכטע מנהג פון נישט פינטלען קײן שװערע זעלטענע נאַוּנס למשל, אזױ אז מען װײסט אינגאנצן נישט קײן חילוק צװישן א O און א U):

(אגב, נאך א נארישקײט װאס דער פובלישינג קאמפאני לדעתי האט געטוהן איז צו טארגעטן סײ אמעריקאנע און סײ ארץ ישראל'דיגע לײענער אינאײנעם אזױ אז געדונגען האט זי װאס קוקט אױס אַן ארץ ישראל'דיגער מתרגם אבער נאכדעם אין סוגרײם פרובירט צו נוצן אַן אמעריקאנער װאס איז מפרש די יוניקלי ארץ ישראל'דיגע מושגים פאר אמעריקאנע לײענער אדער פארקערט. דאס װעט אײך קענטיג זײן אין געװיסע פון די סקרינשאטס װאס איך ברענג).

עס איז נישט סאַנט פעטערבורג.​

1764544066581.webp


און אױך נישט נאָרד פאל. װען ער שרײבט שױן יא נקודות, לײגט ער עס נישט קאָררעקטלי. און פארװאס דארף נישט 'אפערע' א הסבר אינסײד פּאַרענטעסיס?:​


1764544261116.webp


און 'טעאַטער' מעג מען שױן נישט ארױסזאגן אבער אפערע יא? און עס איז נישט טיעטראלאניע נאר טיעטראלניע.​

1764544353153.webp


די הצופה צײטונג איז נישט געװען קײן משכילישע צײטונג נאר א ציוניסטישע און איז נאך אין 1900 נישט געשטאנען. עס איז געװען א װארשע צײטונג אנגעגאנגען פאר קנאפע 2 יאר און האט נישט בארירט קײן נושאים אנבאלאנגט די רוסישע אימפעריע. װידער 'דער הײנט' הגם אין אידיש איז אױך נאך דאן נישט געשטאנען און איז אױך געװען א װארשע צײטונג. בײדע צײטונגען זענען נישט געװען פון "סאנט" פעטערבורג.​

1764545101705.webp


דער שרײבער זעהט אױס כאפט נישט אז סעינט פיטערסבורג איז רינײמד געװארן צו לענינגראַד, הענס די חוסר פון א פירוש בסוגרײם:​


1764545500078.webp


ער האט נישט געהײסן סולימאַן דער גרײט נאר סולימאן דער מאַגניפֿיסענט:​

1764545555121.webp


סתם נארישע טעותים: באדראעט כצ"ל און 'װי' אנשטאט 'װאס':​

1764545737268.webp


און דאס אױך פאלט עפעס נישט אזױ אױפ'ן צונג:​

1764545779929.webp


דא זעהט אױס האט מען געהײערט א דיפערענט מגיה װאס האט זיך שױן געכאפט װאס ס'שטײט אונטער דעם 'סאַנט':​

1764545854450.webp


און דא האט איר א פארציע פון סאושעליזם בּײ יאיר װײנשטאק:​


1764546022304.webp

1764546039928.webp


דא האט איר װידער 'רוח מן הוֹן' אצינד אױסגעלײגט אין א ריכטיגערע אױסלײג און אנדערש פון אױבן:​

1764546158800.webp


נעקראז אדער נעקראָסיס?​

1764546365902.webp


ענערגישע אדער ענערגעטישע?​

1764546507653.webp


עשרת הװאָס?​

1764546619345.webp
 
Back
Top