ביוטיפול, איך גלייך דיר, ביזט פריש אין די נושא, דו ברענגסט די כוזרי ארגומענט מיט א געשמאק כאילו ס'איז ווער ווייסט וואס.
איך גיי דיר דא צוברענגען א קורצע ארטיקל פון די סיני טעלעגראם טשאנאל וואס רעדט ארום איבער דעם נושא.
קענסט אויסטשעקן מער דא ביי דעם לינק, די טשענעל האט פול מער סחורה וואס לוינט זיך צו כאפן א בליק דערויף.
סיני
והנה:
די
הויפט ראיה וואס ווערט היינט געניצט אויף אמיתת התורה (Bible divinity), איז די פאקט אז
600,000 האבן מיטגעהאלטן 10 מכות, א קריעת ים סוף, און א מעמד הר סיני...
מענטשן האבן לכאורה איבער געגיבן שטוינענדע מעשיות טאטע צו זוהן,
פון דעמאלטס ביזן היינטיגן טאג.
אויב די תורה איז
נישט Divine, און די אלע מעשיות סתם Baloney,
וויאזוי איז מעגליך צו מאכן 600,000 מענטשן פלוצלונג אנהייבן פארקויפן אזעלכע גרויסע לאקשן פאר זייערע קינדער??
ס'איז דאך נישט אז
איינער פארציילט א מעשה אז
ער האט געזעהן גאט, נאר
600,000 קלעימען עס... נו, איז עס נישט די שטערקסטע פרוף אז עס האט טאקע פאסירט?
די שאלה איז באמת א
גוטער.. כדאי דאס צו פארענטפערן וועל איך קודם מאכן א שטיקל הקדמה..
לאמיר צונעמען אויף
וואס מען דינגט זיך, און צו
וואס מען וויל אלס ברענגען א ראיה (
ווי מער ווילד און מאדנע דיין טענה איז, אלס
שטערקער דארף דיין
ראיה זיין, אז איך זאל עס אננעמען)
.
געדענקטס.
די Claim אז די תורה איז מן השמים, האט
ריזיגע פראבלעמען.
1. נישט נאר וואס די תורה ווייסט נישט צוזאגן פון
סיי וועלכע פארגעשריטענע סייענס וואס מען האט שפעטער אויסגעטראפן (DNA, Electricity, Quantom theory וכו, וכו, וכו,), נאר די תורה איז מערערע מאל זיך
סותר מיט סייענס. (דאס אליינס מאכט זייער שווער אנצונעמען אז די תורה איז Divine)
2. תנ"ך איז
פול מיט קלענערע סתירות, און אפילו מערערע
גראבע סתירות, א זאך וואס וואלט נישט געקענט פאסירן אין א
Divine תורה.
3. תנ"ך פארמאגט אפילו "אידיאלאגישע" סתירות (יא שטראפן קינדער פאר זינד פון טאטן, און נישט שטראפן קינדער פאר זינד פון טאטן... דער באשעפער קען נישט חרטה האבן, דער באשעפער קען יא חרטה האבן וכו וכו.)
4. תנ"ך פארמאגט
שרעקליכע אומאראלישע פארלאנגען (די באקאנסטע,
הארגענען אומשולדיגע קליינע קינדער בלויז ווייל זיי זענען געבוירן געווארן אין די Wrong group אדג).
5. אן א שיעור מאל וואס גאנצעטע שטיקער ווערן איבער גע'חזר'ט עטליכע מאל אן קיין שום סיבה, וואס ווייזט אויף א
נישט Divine צוזאמשטעל (מילד גערעדט...).
6. עס איז פאראן א
ריזיגע Lack אויף עווידענס אויף וואס די תורה קליעמעד אז ס'זאל האבן פאסירט אין מצרים, און אין די קומענדיגע 40 יאר.
די תורה'ס קלעים אז מער ווי
2 מיליאן מענטשן (ווען מען רעכנט מענער ,פרויען און קינדער) האבן ארויס שפאצירט פון מצרים, און געוואנדערט 40 יאר אין מדבר, איז א
Huge claim.
"
זעלבט שטענדיגע" ארכעלאגן טענה'ן אז אזא ריזיגע מאסן וואנדערונג שטימט נישט מיט די מציאות וואס מען טרעפט/טרעפט-נישט אין די געגנט.
(יא, כ'האב שוין געזעהן די אלע דאקומענטעריעס פון רעליגיעזע ארכעאלאגישע ארגאניזאציס... זייער עווידענס איז
גאר קליין און געקליבן, אינעם גרויסן פיקטשור..)
7. און פארשטייט זיך צום לעצט... די קלעים אז די תורה איז Divine מיינט אטאטמאטיש אז
אלע אנדערע טויזנטער רעליגיעס און
זייערע ראיות זענען
נישט אמת..
בקיצור, אויב וויל מען פארט זאגן אז דאס איז
יא מן השמים, זאל עס בעסער האבן
משוגענע אומצוויידייטיגע פרוף!!
אויב אבער די פרוף וואס מען ברענגט האט לעכער, איז עס מער נישט אינטערסאנט...
נאך די הקדמה, לאמיר צוריקגיין צו די אויבן דערמאנטע ראיה וואס ווערט אפט געניצט צו שטיצן תורה Divinity..
"
ס'איז נישט מעגליך אז א פאלק מיט מענטשן זאל פלוצלונג אנהייבן גלייבן אז זייערע עלטערן זענען אלע געשטאנען ביים מעמד הר סיני"
איז טאקע אמת אז די ראיה איז אזוי שטארק?
צו איז עס טאקע הארטע באווייז אז די מעשה האט פאסירט??
ליידער איז די תשובה אז נישט...
די זאך איז אפשר א
חידוש (אזוי ווי אסאך רעליגיעס קומען מיר אירע טענות אז זיי האבן געוויסע זאכן לטובתה וואס קיין איין אנדער רעליגיע האט נישט)
ס'איז אבער יא פאראן וועגן וויאזוי אזא גלויבונג זאל זיך פארשפרייטן
אן דעם וואס די מעשה זאל באמת האבן פארגעקומען.
לאמיר גיבן א משל...
1. עקזיסטירט א פאלק אין אלטן אמאל מיט מערערע לעגענדעס (ווי אלע פעלקער בימים ההם).
2. צווישן די לעגענדעס, זענען מערערע געזעצן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן.
3. צווישן זייערע לעגענדעס איז אויך מערערע מעשיות, אריינגערעכנט אז זיי האבן געהאט א פירער משה און ער האט געשריבן אן הייליג ספר וואס איז ליידער פאלוירן געגאנגען.
4. זיי וואלטן זייער געוואלט טרעפן דעם ספר וויבאלד זיי ווייסן אז במשך די שווערע הונדערטער יארן, און זייערע פילע מיט מאכענישן, האבן זיי פארגעסן פילע חלקים פון זייער היסטאריע (ווי ס'האט פאסירט מיט אן א שיעור פעלקער בימים ההם).
5.
שווערע הונדערטער יארן אריין אין די לעגענדע, קומט ארויף א באליבטע פירער, און זאגט אז ער האט
געטראפן דעם ספר.
6. אינעם געטראפענעם ספר שטייט טאקע די אלע באקאנטע לעגענדעס, געזעצן, און מעשיות וואס זיי ווייסן שוין, אבער ס'ווערט אויך געברענגט פילע נייע זאכן און מעשיות וואס איז זיי נישט באקאנט געווען ביז היינט.
7. צווישן די נייע מעשיות ווערט אויך פארציילט די מעמד הר סיני מיט אלע אירע דעטאלן (600,000 וכו).
7. וויבאלד די פאלק
טראסט זייער יעצטיגע פירער, נעמען זיי אן די Legitimacy פונעם אנדעקטן ספר.. און עס בארירט זיי ביזן טיפעניש פון הארץ.
8. פון דעמאלטס און ווייטער גלייבן זיי אלע אין די אלע נייע זאכן פונעם ספר אריינגערעכנט דעם א מעמד הר סיני, זיי פארציילן עס פאר זייערער קינדער וכו וכו.
באמת איז בלויז די
Possibility פון אזא מעשה, גענוג אויף אפצופרעגן די "
באמבע ראיה".. (ווייל אויב ס'איז שייך
נאך א
מעגליכקייט וויאזוי אזא מאסן-גלייבונג האט
געקענט פאסירן, איז די הנחה פון אמיתת התורה מער נישט סופארטעד מיט
100% פרוף)
די פראבלעם איז אבער נאך מער...
אונז ווייס מיר פאר א
פאקט, אז די אידן האבן פאר
הונדערטער יארן נישט געהאט Access צו די תורה.
במשך עטליכע מאל אין די היסטאריע פון תנ"ך זעהן מיר ווי אידן "
טרעפן" א תורה, און זיי ווערן דערציטערט פון וואס דארט שטייט.
אזוי אז די אפפרעג אויף די ראיה איז נישט נאר אז אזא מעשה האט
געקענט פאסירן, נאר אונז ווייס מיר אז
ס'האט פאסירט...
און דא האסטו אביסל פונעם בלאגער דוב בער
Demolishing dumb arguments (The mass revelation argument for the Torah's Historical Veracity)