העלאו
@יאסעלע ברוין איך זע דו קומסט אריין שטארק.
אויב דו ליינסט אביסל מיינע זאכן אין די אנדערע שנירלעך (עוואלוציע, ג-ט, תורה,) וועסטו זען אז איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיינע הנחות ומסקנות, אבער פארדעם זענען מיר דא זיך אויסצו'טענה'ן און אויסהערן איינער דעם אנדערן. איבערצייגן איז שוין עפעס אנדערש..
ב.ד.וו. האסט אנגעהויבן מיט די נושא פון ידיעה/בחירה וואז איך האב מיר נישט אנגערופן, בלויז ווייל אזעלכע נושאים ברענגען מיר קאפוויי און כמעט קיינמאל זענען די דיסקוסיעס נישט פראדוקטיוו, ווייל ס'איז אלץ א שאלה פון סעמאנטיקס און וויאזוי מ'דעפינירט לאגיק, ידיעה, בחירה, ג-ט, און די קאנצעפט פון א סתירה. יעצט אבער אז ביסט אריבער צו רעליגיע אליין קען מען זיך ארויפשארן דאס ארבל.
צום אלעם ערשט, איך האלט מ'דארף דא איינגיין אויף א טשעלענדזש, מ'דארף נעמען א תוספות אין יבמות - ווי דו זאגסט, אדער סיי וועלכע ספר דו ווילסט, און זען ווער צווישן אונז קען געבן די בעסטע פשט און ווער ס'פארשטייט עס די בעסטע. אנשטאט זיך טענה'ן צו חוקרים קענען אויך לערנען אדער צו
@אפענער מיט
@נחבי בן ופסי האבן אין זייער לעבן געעפנט א ספר, לאמיר ענדערש 'ניתי ספר וניחזי'נען.. איך גלייב איינמאל מ'האט דאס געדעקט וועסטו אטאמאטיש גיין מיטן געווינער, ניין?! ס'שיינט פון דיר אז דער וואס פארשטייט בעסער תוס' ער איז ביי דיר דער איינציגסטע מאן דאמר.
און אז מ'רעדט שוין, אנשטאט זיך טענה'ן איבער אטאריטעט און איבער ליידיגע טענות, א שטייגער ווי 'די תורה ווייזט עתידות' 'די ספרים האבן פרוף', אדרבה ברענג סובסטאנץ, ברענג ספעציפישע משלים איבער וואס מ'קען זיך אויסשלאגן און ארומ'טענה'ן. אזוי קען מען גיין איינס ביי איינס און נישט בלייבן סטאק מיט הוילע פראזן ווי יעדער שרייט פשוט איבער דעם אנדערן..
צווייטנס, ס'זעט אויס אז דו ביסט ניי דא, אדער ניי צו די געדאנק אז געוויסע האלטן ראדיקאל אנדערש ווי דיר אין זייער אסאך תחומין. און איך גלייב נישט עס איז די ערשטע מאל וואס דו באגעגנסט כופר'ישע ארגומענטן אין דזשענעראל, פארט זעט עס אויס ווי ס'איז די ערשטע מאל וואס דו 'ענדעידזשד' דערמיט און דו האקסט דיך אריין אין (היימישע) מענטשן וואס האבן אנדערע השקפות און מעגליך אן אנדערע רעאליטעט ווי דיר. און איך רעד צו דיר, ווייל רוב מענטשן דא ווי ווייט איך ווייס האבן שוין יא באגעגנט מענטשן ווי דיר (קוק נאר אין עלטערע שנירלעך), אדער זענען זיי אליין אמאל דארט געווען, ממילא פאר זיי איז דאס לכאו' נישט ניי. ס'מיינט נישט אז זיי זענען מער גערעכט צו וואס, און די שאלה צו ס'קומט פון ערענסטע פילאזאפישע שטעלונגען אדער פון ביליגע 'עקסקיוזעס' און תאות, איז אויך א וואלידע נושא וואס מ'קען דעבאטירן. וואס איז אבער יא וויכטיג צו וויסן אין דעם קאנטעקסט איז אז אין אזא מצב איז גרינג צו ווערן דעפענסיוו און אריינגיין אין א מצב פון דיסמיסן אלעס וואס מ'הערט (#קאנפירמאציע בייעס), טאקע ווייל ס'קען זיין פסיכאלאגיש שווער צו דיעלן מיט אזוי פיל נייע מושגים און קעגנערשאפט אויף איינמאל.
Take your time. פראביר צו זיין פון די 'אינו נבהל להשיב' לאגער, און אויסרעכענען איידער דו ענטפערס צו דיין ענטפער איז באמת דורכגעטראכט אדער מער אן אינסטינקטיווע רעאקציע צו די זאכן וואס האסט נארוואס געהערט. (און איך מיין נישט דא גארנישט פערזענליך אדער קיין איין ספעציפישע רעספאנס, איך רעד בכלליות). די קאנווערזאציע האט אסאך פאטענציאל, נעם עס געלאסן, און טשעק ארויס אויב פילסטו ס'נישט פאר דיר.
די פראבלעם אסאך מאל איז אויך אז זייער אסאך נושאים קומען ארויף צוזאמען אין אזא שמועס, איין נושא איז פארבינדן מיט א צווייטע און מיט א דריטע און ס'איז שווער אריינצוקריכן אדער איינצושלינגען דאס גאנצע פעקל גענוג שנעל פארן פארדייאונגס סיסטעם, צ.ב. די נושא איבער די כוזרי'ס ארגומענט, אדער איבער די רמבם'ס שטעלונגען, דעקייקלען זיך שנעל צו די שאלה אויב זיי זענען בכלל געווען גערעכט און צו זיי (אדער חז"ל) האבן זיך בכלל געקענט טועה זיין. און צומאל איז דאס צו געכאפט פאר די (קאגניטיווע) פארדייאונגס סיסטעם..
אסאך הצלחה!
נ.ב. איך זע דיין אוואטאר האט א מענטש מיט פארדעקטע אויגן, אבער ער בליקט פארט ארויס צווישן די פינגער... ס'מיינט עפעס טיפער? פילסטו אז דו האסט באדעקטע אויגן (עיני השכל), אדער געוויס אז דו פראבירסט (אפשר שלא ביושר) ארויסצוקוקן? כ'פרעג סתם פאר אינטרעסאנטקייט..