יעצט אריין דא אין שמועס, לאמיר אריינלייגן מיין צוויי סענס,
קודם לאמיר נאר פרעגן דא אפאר שאלות פאר די וואס זוכען תירוצים
פארוואס פון די DNA זעט מען אז ס׳איז דא א קלארע יחוס בוים פון וואו אונז אלע שטאמען און ווי מיט צייט און קליינע מיוטעשנס אין די DNA האט זיך אנטוויקלט שינויים אין בעלי חיים ביז וואס די בוים האט זיך מער געצווייגט און מ׳איז אנגעקומען צו וואס ס׳איז דא היינט, און מ׳קען זען ווי ווייט מ׳איז פון אנדערע בעלי חיים לויטן אנאלאזירן די DNA?
האט די באשאפער דאס געמאכט פשוט צו עס מאכן אויסקוקען כאילו, ליתן פתח ל...?
זע דא
פארוואס ווען מ׳רעכנט לויט די שנעלקייט וואס די גאלעקסיס דערוואטערען זיך איינס פון צווייטע און עקספענדן אויף ארויס, קומט עס אן צו דעם אז אויב מ׳מאכט rewind , איז די וועלט באשאפן געווארן ביליאנער יארן צוריק??
און אויך ווי דערמאנט פון די ליכט שטראלען פון שטערנס קומט מען אן אין עמק השווה צום דעם זעלבן באשלוס?
ווי אויך פון נאך ראיות ווי Stellar Evolution און Nuclear Synthesis עיי"ש.
פארוואס אין ארכעאלאגיע ווען מ׳גראבט זעט מען אז ס׳איז דא layers פון יארן וואס איז געווען מ׳קען דאס בודק זיין דארך אויפגעוויזענע וועגן carbon, און pollen, יוראניום ליעד, וכו׳ (זיי עס בודק ווי דאס ארבעט) און ווי אויך קען מען זען די שינויים אין די פאסילס פון בעלי חיים און זייער DNA, די טרעפונגען געפינט מען איבעראל אויפן וועלט די layers און פאסילס, האט די אייבעשטער זיי אריינגעשטעלט צו מאכן א הסתרה?
פארוואס האט די אייבערשטער זיך נאר באוויזן צו א צייט וואס אינפארמאציע איז נישט געווען עקסעסעבל און ווען פארציילן מיתוס איז געווען די שטייגער.
פארוואס האט די תורה עס געמאכט אויסזען ווי די Deuteronomy hypothesis איז די בעסטע טעאריע ווי אזוי דאס איז געשריבן געווארן דארכן טוישן סטייל סתירות און כפילות וכו׳?
פארוואס האט די תורה מגלה געווען ליגנט צו די אמוראים, למשל ווי צו די ירושלמי אז די וועלט איז א האלבע רונד וואס שווימט אין וואסער?
פארוואס האט די אייבעשטער אריינגעלייגט סודות אין די תורה וואס כדי דאס צו מגלה זיין קען מען
נאר דארך לערנען סייענס, און אז די נגלה זאל סותר זיין די מציאות?
וואס איז די אייבעשטער׳ס אינטערעס צו פארהוילן די מעשה פון יציאת מצרים וואס ער האט אויסגעמעקט עני זכר פון עוודענס און עס געמאכט אוממעגליך צו שטימען מיט די היסטאריע פון מצרים, א מעשה וואס איז געשען מיט 600,000 מענער איבער די צוואנציג וואס איז 2 - 3 מיליאן אין טאוטאל, און נישט אפילו קיין וואסער צייכען פון די גאלאנען וואסער וואס זיי וואלטן ווען געטרונקען, רעליגיעזער חוקרים האבן שווער געזוכט און נעבעך נישט געפונען? אביסל רחמנות??
פארוואס האט די תורה פארציילט מעשיות פון א"י אויף שטעט וואס איז נאר ערשט געגרונדעט געווארן הונדעטער יאר שפעטער פון ווען די מעשיות וואלטן ווען פאסירט?
איז טאקע די איינציגסטע גוטע ראיה צו די רעלגיע די כוזרי׳ס ראיה? פארוואס האט ער נאר געגעבן איין ראיה וואס האט מער לעכער ווי שטאף? אנדערע גלויבונגען ווי הינדואיזם האבן אויך ענדליכע אזעלכע געשענישן, ער וויל אז מ׳זאל פשוט גלייבן אמונה פשוטה? און נאר אברהם האט געמעגט פארשטיין? אבער וואס ברענט עם צו דוקא צומישן מיט קאונטער עוועדנס? וואס האט ער פון געבן אזעלכע מינע ניסיונות? אפי׳ די רבי אין חדר האט נישט אזוי גערודפ׳ט דעם מענטשהייט.
ליין אדארך מער דא אין קרעמל אליינס, און יותר ממה שכתוב כאן איז דא אזוי פיל חומר אויף דעם וואס די קענסט טרעפן אויב דו ווילסט באמת, אבער וועסט דארפן זיין גרייט פאָר אימפעקט.
איי האלסטו אין איין פרעגן וואס איז די ראיה אויף פארקערט?
סאו לגבי די רעליגיזער טענות האסטו שוין באקומען גענוג!
און וועגן גאט אליין, דו זיי מיך מסביר וואס גאט איז (חוץ פון 'כל יכול' 'היה הוה ויהיה' 'סובב הכל' 'יודע כל' 'סבא קדישא' 'זעיר אנפין' און 'תתיר צרורה' אדער וואס ער האט געטון) און נאכדעם וועט מען עס דעבאטירן.