ציונים פירן דורך פעלקער-מארד "דזשענאסייד"

1753893984967.png


און א נייער אנקעטע פארעפנטליכעט היינט, צייגט טאקע אז רוב אמעריקאנער שטייער צאלער זענען שוין ''פעד-אפ'' מיט'ן אמעריקאנעם רעגירונג, ביידע פארטייען, סיי די דעמאקראטן און סיי די רעפובליקאנער, וואס שיקן אזויפיל הונדערטע ביליאנען א יאר אונזער געלט, קיין איזראעל צו מאכן א ''דזשענאסייד'' דארטן אין עזה אויף די פאליסטינער.

מער ווי אייביג בעפאר! - מסתם איז דאס צוליב די ''סאציאלע מידיע'' בילדער פון אויסגעדארטע בעיביס און עזה און די לאנגע רייעס וואס שטייען אין געיטס ווי אין געטאס צו נעמען עסן. דעריבער דאנק איך די הנהלה פון קרעמל אז זיי לאזן יא דורך מיינע הודעות כאטש זיי לאזן מיך נישט דאס פארעכטן טעותים.


New poll shows plunging US public support for Israel’s war on Gaza | Israel-Palestine conflict News | Al Jazeera

New poll shows plunging US public support for Israel’s war on Gaza
 
איך מיין אז מ'זאל אנהויבן פארשפרייטן מער בילדער פון נוארק ניו גערזי אין די סאציאלע מידיע. אפשר וועלן די מענטשן נתעורר ווערן צו העלפן יענע מינאריטעטן.
 
אביסל צו פארשטיין...
Screenshot_2025-07-30-07-28-10.jpg
די וועלט רידערט נישט ווען ס'קומט עכט פאר טשענעסייד און דאס גלייכן, ס'גייט קיינעם נישט אהן, ווען טויזענטע אומשולדיגע מענטשן ווערן גע'הרג'עט פאר גארנישט!

נאר, דא ווען מד''י פירט ס''ה א מלחמה - מיט געמיינע טעראריסטן, וואס האבן אנגעהויבן א געפערליכע שחיטה אויף אומשולדיגע מענטשן, און יעדער בר דעת פארשטייט אז מ'דארף מיט זיי מלחמה האלטן, פינקט דא, טאנצן אלע ארויף וכו'...

די זעלבע וואס שרייען, זענען ע''פ רוב געזיצן שטיל נאך די שמחת תורה שחיטה, ס'האט זיי זייער גוט געשמעקט אז חאמאס האט אויס גע'שחט'ן הונדערטער אומשולדיגע מענטשן,
אבער פלוצלינג זענען זיי דא, שרייען טשענעסייד...

וועמען פאפּסטו?
ס'גייט דיך אהן אז אומשולדיגע מענטשן שטארבן?
אדער אז די פוינט פון אידן ווערן ליידער פארטיליגט?


איך געדענק גלייך נאך שמחת תורה האב איך אויסגעהערט איינע פון די נ''ק האטליין'ס, יענער האט מיט שמחה געפייערט אז די ציונים האבן געהאט א מפלה, ס'האט אים בכלל נישט אנגעגאנגען אז הונדערטע אומשולדיגע צווילע מענטשן זענען גע'הרג'ט געווארן דורך קאלט בלוטיגע רוצחים, און פארגעס נישט אז זיי האבן געכאפט אומשולדיגע מענטשן פאר משכונות (וואס ליידער האלטן זיי נאך דארט עטליכע - טראץ וואס זיי קענען צוריק באקומען פאר יעדע איינס צענדליגע פון זייערע טעראריסטן, אבער זיי ווילן דאך פאניגן אומשולדיגע מענטשן)
די אלע וואס האבן זיך דעמאלטס געפרייט, פלוצלינג נעמען זיי זיך כלומרשט אהן פאר די א. ג. אומשולדיגע צווילע פון עזה...

ס'איז ליידער א ביטערע מציאות, אז אפי' אידן ווערן פארכאפט בעצת הייצר, און שטייען אויף די זייט פון די געמיינסטע ברואים, גרויל העפטיגע טעראריסטן, וואס זענען דא מיט איין ציל צו אויס'הרג'ענען אלע אידן מיט מיתות משינות רח''ל היל''ת,
זיי האבן שוין ליידער מצליח געווען עטליכע מאל מיט זייערע פלענער, און ס'איז א שאנדע אז א איד קען זיך שטעלן אויף זייער זייט!

ויה''ר שילמדו תועים בינה
 
1753898009859.png


דער גזירת גיוס בני הישיבה איז נישט בלויז אז מיר ווילן נישט מבטל תורה זיין ווי ר' דוב לאנדא זאגט, נאר מיר זענען קעגן ציונות! א חרדישער איד באלאנגט נישט צו העלפן דאס ציוניסטישע מיליטער ח''ו, וואס איז כל כולו א מרידה במלכות שמים.

די פארטייאישע נארוינישע ציוניסטישע חרדישע וועבזייטלעך אנליין ווי בחדרי חרדים כיכר השבת בעולמם של חרדים חרדים10 משפחה ויתד ישיבה וועלט ניוז וואס איז נייעס אידטיהש בויקאטירן דעם מעמד וואס קומט איצט פאר אין ירושלים אגודה צוזאמען מיט די עדה קעגן ציונות!

לייוו אפדעיטס: ליטווישע דגל התורה רבנים מר' דוב לאנדא והירש מיט ספרדישע ש''ס פארטיי רבנים בויקאטירן הרב שך'ס איידעם בערגמאן ואגודה גור וויזיניץ סלונים צאנז ביאלה מיט עדה החרדית היסטארישע אסיפת גדולי ישראל אין ירושלים איבער גזירת גיוס בני הישיבות https://www.bechatzros.com/post/0136758
 
View attachment 7688

טייל פארמאכטע און שמאלע ציוניםלעך ווילן טענה'ן אז עס איז נישטא קיין ''דשזענאסייד'' איצט אין עזה דורך די ציונים מיט אונזערע אמעריקאנע ביליאנען אין שטייערן, אויף די פאליסטינער, פארוואס?

ווייל דער אויבערשטער בילד איז פון א קינד וואס האט נאך א מחלה, אבער איר מוזט פארשטיין אז ווען עס איז דא א הונגער א ''דזשענאסייד'' שטארבן אלע מיני קראנקע מענטשן וואס וואלטן ווען געלעבט דורך מעדיצין.

No, a Gaza toddler having cerebral palsy does not mean Israeli starvation is a ‘lie’ | Middle East Eye

No, a Gaza toddler having cerebral palsy does not mean Israeli starvation is a ‘lie’
דאס קינד איז אין א שפיטאל אין איטאליע.
 
1753898880740.png


טייערע ציונימלעך וועקט אייך אויף איראן האט טויזענטע היימישע אינגעלייט וואס שפיאנירן פאר איר קעגן ארץ ישרא'!

ציונות איז שוין לאנג טויט! נאר אויף 'קרעמל' פארשפרייט מען נאך ציונות אויף אידיש מאמע לשון און דאס הונקעט שוין אויך אונטער, ווי איר האט מיך בלאקירט פון רעדאגירן מיינע הודעות צוליב אייער פארקאקטער ציונות ה''י! בלאקירט מיך געצליך פון קרעמל וועל איך נישט מוזן ענטפערן אייער פארקאקטער ציונות....

Why are so many Israeli Jews spying for Iran?Why are so many Israeli Jews spying for Iran?
 
1753899539725.png


טייערע ציונימלעך איר האט געכאפט מעכטיגע מפלות פון איראן כאטש אייער צענזור לאזט דאס נישט דערציילן דערצייל איך עס יא דא פאר אייך אויף קרעמל אפילו איר האט מיך בלאקירט אז איך זאל נישט קענען פארעכטן מיינע הודעות דא הלוואי ווען איר בלאקירט מיך גענצליך פון קרעמל אז איך זאל נישט מוזן ענטפערן אייערע פארקאקטע ציונות דא.

How has Iran managed to pierce through Israel’s air defence systems? | Israel-Iran conflict News | Al Jazeera

How has Iran managed to pierce through Israel’s air defence systems?
 
1753899923534.png


הרב רבי ישרא' פריי שליט''א, איז נאך א איד וואס זאגט אז ארץ ישרא' מאכט איצט א ''דזשענאסייד'' אויף די פאליסטינער אין עזה מיט אונזער אמעריקאנע הונדערטע ביליאנען געלטער א יאר פון אונזערע שטייערן!

די ציונים האבן אים ארעסטירט כדי אים שטיהל מאכן. די קרעמל בעלי בתים האבן מיך אוועק גענומען די רעכטן צו רעדאגירן מיינע הודעות דא, איך האף זיי וועלן מיך גענצליך בלאקירן איך זאל נישט דארפן ענטפערן זייער פארקאקטע ציונות.

לייענט דעם ארטיקל וואס איך האב געשריבן ווען די ציוניםלעך האבן ארעסטירט ר' ישרא' פריי שליט''א, אלעס ווייל ער האט געזאגט דעם אמת פאר זיי אין פרצוף אריין, וואס אמת צו הערן פאר א ציוני איז דער ערגסטער זאך וואס איר קענט אים נאר מאכן טאן...

 
1753900453624.png


ביטע ''פאלויד לייקט שערט ריטוויעט און לינקד'' צו אלע נטורי קרתא סאציאלע מידיע כלים ווי וואצעפ פעיסבוק טעלעגראם אינסטאגרעם טוויטער און פארשטייט זיך סתם וועבסייטס ווי קרעמל, איבער אלע זייערע מוחאות ווי זיי שרייען ערקלערן וויינען און זיינען מסביר פארוואס מיר מוזן שוין אפשטעלן די ציוניסטישע עזה ''דזשענאסייד'' אויף די פאליסטינער מיט אונזערע אמעריקאנע הונדערטע ביליאנען שטייערן א יאר!

איך געב אייך בלויז איין כלי טוויטער אבער זיי זענען איבעראל אויף יעדן סאשעל מידיע טוהל.

View: https://x.com/NetureiKarta/status/1950624374572077101
 
1753904313262.png

בראזיל'ס פרעזידענט 'לולע' גייט א שניי ווייסער בארד ווי א גרויסער עלטערטער חשובער מנהיג הדור, איז ער דער איינציגסטער וועלט'ס פירער מיט 'ביצים' צו זאגן פאר די וועלט אז איזראעל באגייט א ''דזשענאסייד'' אויף די פאליסטינער אין עזה!

עים גייט נישט אן אז די קרעמל ציוניםלעך זאגן אז ער איז אן אנטיסעמיט... ווי מיר גייט דאס נישט אן בכלל... קרעמל בעלי בתים האבן אוועקגענומען מיין רעדאגירונג קנעפל, דהיינו, איך קען נישט מעקן אדער פארעכטן וואס איך שרייב דא אויף קרעמל, הלוואי זיי בלאקירן מיך גענצליך אזוי ארום דארף איך נישט מוחה זיין אויף זייער ציונות ברוך השם!

Brazil’s leader Lula condemns Gaza ‘genocide’ at BRICS | Israel-Palestine conflict News | Al Jazeera

Brazil’s leader Lula condemns Gaza ‘genocide’ at BRICS
 
1753908066810.png


הרב רבי 'דוד רעמניק' שליט''א, איז דער אידישער הויפט רעדאקטאר פונעם זייער היסטארישן פרעסטיזשפולן 'ניו יארקער' מאגאזין, ער איז איצט צוריקגעקומען פון ארץ הקודש, ווי ער האט געזען נאצי דייטשלאנד אין ארץ ישרא' ליידער ווי די ציונים מאכן א ''דזשענאסייד'' אויף די עזה פאליסטינער מיט אונזערע אמעריקאנע הונדערטע ביליאנען דאלער שטייערן א יאר!

דער ארטיקל קעפל איז פון א בעסט סעללער האלאקאוסט בוך מיט דעם נאמען 'די זאנע פון אינטערעסע' איבער וויאזוי די נאציס האבן געמאכט א דשענאסייד אויף די אידן ביים האלאקאוסט וואונענדיג מיט זייערע משפחות געהעריג כאילו לא הי' דאס זעלבע איז איצט מיט די ציוניםלעך וואס וואונען נישט ווייט פון עזה אזוי נארמאל ליידער נישט אנגייענדיג אז זיי הארגענען אויס א גאנצער פאלק ליידער מיט געלטער פון טראמפ הונדערטע ביליאנען, מיינע שטייערן! וכדי בזיון וקצף אז קיינער גייט דאס נישט אן וועגן דעם הייסט דער ארטיקל ווי יענער בוך זאנעס פון דענייעל!


מיר האט מען באגרעניצט מיין שרייבן דא אויף קרעמל אז איך קען נישט רעדאגירן אדער מעקן מיינע הודעות, ווייל איך באסט די ציוניסטישער באבעל פון דענייעל!

Israel’s Zones of Denial | The New Yorker

https://www.newyorker.com/magazine/2025/08/04/israels-zones-of-denial
 
1753909402006.png


די נארוינישע ציונימלעך טענה'ן דא אויף קרעמל און אויף זייערע אנדערע נארונישע סייטס, אז זיי געבן צו עסן פאר די פאליסטינער מילא איז דאס נישט קיין ''דזשענאסייד'' אין עזה...

איז דאס זייער א גרויסער פרעכער צינויסטישער נאציסטישער שקר, ווייל זיי געבן איין רעפטל ברויט פאר טויזענטע נפשות און ווען די פאליסטינער שטופן זיך צו כאפן דעם ווייניגער ווי א כזית עסן, דאן נעמען זיך די ציוניםלעך שיסן אויף די מאסן אויסגעהונגערטע מענטשן נעבעך ווי זיי פאלן ווי פליגן.

אט דא זעהט א באריכט ווי טויזענטע מענטשן זענען שוין דערשאסן געווארן פון די ציוניםלעך ווייל זיי האבן געוואלט כאפן א שטיקל כזית זיך צו דערכאפן דאס הארץ נעבעך פון הונגער ה''י.

טייערע קרעמלער, אטא דאס הייסט א ''דזשענאסייד'', איר רייצט אן הונגעריגע מענטשן צו לויפן צו אייערע קוילן וואס איר באקומט פון אמעריקע אין ווערד פון הונדערטע ביליאנען דאלארן פון אונזערע שטייערן!

Over 770 Palestinians killed at the controversial Gaza Humanitarian Foundation’s aid distribution sites | Graphics - The Hindu

Over 770 Palestinians killed at the controversial Gaza Humanitarian Foundation’s aid distribution sites | Graphics
 
View attachment 7722

די נארוינישע ציונימלעך טענה'ן דא אויף קרעמל און אויף זייערע אנדערע נארונישע סייטס, אז זיי געבן צו עסן פאר די פאליסטינער מילא איז דאס נישט קיין ''דזשענאסייד'' אין עזה...

איז דאס זייער א גרויסער פרעכער צינויסטישער נאציסטישער שקר, ווייל זיי געבן איין רעפטל ברויט פאר טויזענטע נפשות און ווען די פאליסטינער שטופן זיך צו כאפן דעם ווייניגער ווי א כזית עסן, דאן נעמען זיך די ציוניםלעך שיסן אויף די מאסן אויסגעהונגערטע מענטשן נעבעך ווי זיי פאלן ווי פליגן.

אט דא זעהט א באריכט ווי טויזענטע מענטשן זענען שוין דערשאסן געווארן פון די ציוניםלעך ווייל זיי האבן געוואלט כאפן א שטיקל כזית זיך צו דערכאפן דאס הארץ נעבעך פון הונגער ה''י.

טייערע קרעמלער, אטא דאס הייסט א ''דזשענאסייד'', איר רייצט אן הונגעריגע מענטשן צו לויפן צו אייערע קוילן וואס איר באקומט פון אמעריקע אין ווערד פון הונדערטע ביליאנען דאלארן פון אונזערע שטייערן!

Over 770 Palestinians killed at the controversial Gaza Humanitarian Foundation’s aid distribution sites | Graphics - The Hindu

Over 770 Palestinians killed at the controversial Gaza Humanitarian Foundation’s aid distribution sites | Graphics
האסט פארגעסן צוצילייגן צום סוף אז די ציונימלעך לאזן דיך שוין נישט רעאדגירן דיינע מעסעדזשעס, און אז דו ווילסט מען זאל דיך אינגאנצן בלאקירן...
 
1753910250635.png


הרב רבי 'זכרי' שלום בערגער' שליט''א, איז א גרויסער דאקטער פון פאך אויס. ער איז אויך גאר א פרומער תמימותדיגער אידל וואס גייט איבעראל מיט זיין קאלירט קאפל אויפ'ן קאפ מחמת יראתו שקודמת לחכמתו, ר' שלום בערגער איז אויך א שטארקער אידישיסטישער שרייבער מיט אסאך איבערזוצנגען פון פאפולערע סייענס ביכער אויף יוו''א אידיש, ער איז א וואולער מענטש וואס זעהט נישט איין אז חסידיש אידיש איז דער היינטיגער אידיש, ער איז דאך געבוירן מחוץ חסידים, וואס קען ער טאן... איך ווייס נישט צו ער איז א ציוני צו נישט, אבער ער האט איצט אפגעשריבן א פרויפיל פאר'ן פארווערטס איבער די אינגע אידן היינט צוטאגס אז אפילו אז זיי זענען פרום זענען זיי מער נישט ציונסטיש ווי אמאל נאר אדרבה פארקערט שטארק מתנגד ווי סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע צו ציונות מחמת זייער מצפון לעבודת השם יתברך!

טייערע קרעמלער, איך בין טאקע געבוירן א סאטמערער אנטי ציוניסט, אבער עס איז דא גענוג און נאך ערליכע טייערע אידן וואס האלטן ווי מיר קעגן ציוניסטישע ''דזשענאסייד'' מכוח מאראלן עטיקס און שכל! זיי זענען אפילו פרומע אידן, זיי האלטן אלע הלכות ומצות, עפשער נישט אזוי שטרענג ווי די סאטמוירים, אבער זיי ווילן זיין ערליך.

אטא דא לייענט א אידישיסטישער סטיל געשריבענער ארטיקל פאר'ן פארווערטס צייטונג וואס איר רעדאקטארין איז א ציוניסטקע שרה רחל שעכטער מילא מאכט זי אזא נארישן קעפל כאילו דאס איז א חידוש אז פרומע אידן זאלן זיין אנטי ציוניסטיש....!
שלום בערגער שרייבט אין פארווערטס פון א לינקע פראגרעסיווע ליבעראלע אידישע גרופע פון אינגע אידן מיט אידענעס וואס זענען אויסגעשפראכן קעגן ציונות מכוח שכל רעליגיע תורה הלכה ומסורה

כאטש זיי זענען ניט נטורי קרתא אדער סאטמער בכלל ניט חסידיש אבער גאר פרום!

https://forward.com/yiddish/759280/can-an-observant-jew-be-politically-left-this-organization-says-yes/
 
קרעמל לאזט מיך נישט פארעכטן מיינע הודעות דער לינק איז צעבראכן פון פריערט דא האט איר דעם גוטן יו.אר.על.

שלום בערגער שרייבט אין פארווערטס פון א לינקע פראגרעסיווע ליבעראלע אידישע גרופע פון אינגע אידן מיט אידענעס וואס זענען אויסגעשפראכן קעגן ציונות מכוח שכל רעליגיע תורה הלכה ומסורה כאטש זיי זענען ניט נטורי קרתא אדער סאטמער בכלל ניט חסידיש אבער גאר פרום! Can an observant Jew be politically left? This organization says yes
 
1753911242762.png


דאס איז נישט קיין כאמאסניק נאר א ציוניסטישע באצאלטער אראבער באנדיט צו שיסן און רויבן אלע פאליסטינער מיט אונזערע אמעריקאנע הונדערטע ביליאנען שטייער געלטער.

נישט נאר די ציוניםלעך שיסן די הונגעריגע פאליסטינער וואס בעטן עסן, נאר די ציוניםלעך נעמען אונזערע אמעריקאנע הונדערטע ביליאנען דאלארן פון אונזערע שטייערן, און צאלן גאר באנדיטן צו אנזייען כאאס זיי רויבן און פלינדערן און נאכדעם זאגן די ציוניםלעך אז כאמאס האט גערויבט און געשאסן....

The real reason why Israel is arming gangs in Gaza | Israel-Palestine conflict | Al Jazeera

The real reason why Israel is arming gangs in Gaza
 
Back
Top