ר' שאול קליין אויפ'ן מאמענט מאגאזין פראנט פעידזש ביי זיין פדיון שבוים עסקנות לטובת ר' מרדכי יצחק סאמעט הי''ו
איך מוז דא זיך מיטטיילן מיט'ן עולם קרעמעלער, אז איך בין ''עדיקטעט'' צו ר' שאול קליין שליט''א, אחוץ דעם וואס זיין וואויס בארואיגט מיך סתם אזוי די נערווען. איז ער נישט קיין נער און נישט קיין היץ קאפ, אדרבה ער איז א דורכגעטראכטער מענטש. צו וועל איך זאגן איך שטים איין אלעס מיט אים? אבסאלוט נישט! אבער דער איד רעדט צו די זאך, רוב מאל.
איך קען נישט דערליידן די יאסי געשטעטנער פינחס גלויבער ראלינציקי ווידער פעלזען און שמעלצער מיט אלע אנדערע קול מבשר אינגעלייט. איך האב זיי נאך קיינמאל נישט אויסגעהערט. אחוץ איינמאל ווען יואליש האט געהאט זיין אייגן טאטע ר' יוסף ארי' פעלזן לייוו אויף אן אינטערוויאו צוליב יענעם'ס גאר שווערע איגענט. און אפשר אמאל ביי א מעידזשער ברעיקינג נייעס עקסידענט פון מיינ'ס א משפחה מיטגלידט.
דרעזנער כאפ איך א נערווען בראך, אויב גראמט ער ביי א חתונה פון מיינ'ס א קרוב וואס איך מוז בלייבן ביי מצוה טאנץ. נאכאמזל ס'איז געווענליך תקנה חתונות וואס מ'מוז ענדיגן רעלאטיוו פריערט. ווייל ביי יעדן אנדערן בדחן ווי למשל פינקי וועבער אדער זיין זוהן קען איך מיך פיין אויספאפן. איך לייג זיך אראפ דעם קאפ ביז'ן סוף, אבער ביי דרעזנער; זיינע שטאקיגע שוונצנות לאזט מיך נישט איינשלאפן ליידער... עניוועיס, צוריק צו קול מבשר, דאס איז געמאכט פאר עלטערע אידן אין נוירסינג האומס און ארבייטסלאזע כולל אינגעלייט מיט עלטערע בחורים אין קווינס. קיין איין נארמאלער מענטש הערט זיי נישט אויס.
אבער ר' שאול קליין האט דאך געשריבן 40 יאר א קאלום, מיט'ן נאמען, דער 'חינוך טאג-בוך', אין די צייטונג נייעס באריכט אידישע צייט, בעיקר עראינורינגן פון זיין חינוך און פאסט אפיס מיט עסקנות ארבייט. מילא ווען דרעזנער האט אים אוועקגעכאפט פון אברהם פריעדמאן'ס די צייטונג נייעס באריכט צו קול מבשר איז דאס געווען א שטארקער קלאפ פאר'ן צייטונג. על אף זיי האבן נאך די י.מ. סופר'ס קנאות און 'די ערשטע יארן פון סאטמאר רבי'ן אין אמעריקע', זייער א פרעסטיזשפולער קאלום, מיט 'די לעצטע עדות' קאלום פון אז''י פרידמאן, איז די צייטונג נייעס באריכט היינט גארנישט מער ווערט, אזש זיי האבן געמוזט פארקויפן פאר די וועלט אז זיי פארמאכן זיך, און איינער עפעס א יאולי לאנדא גביר, האט זיי געראטעוועט פון אינטערגיין. אז נישט קוקט נישט קיינער אויף זייער זייט.
איך האב טאקע נישט געהאט קיין צייט צו לייענען אפשר יעדער וואך ר' שאול קליין אין די צייטונג, אבער ווען ער האט געלייגט בילדער, פלעג איך אים אייביג לייענען. איין אזא ארטיקל וואס איז געלאפן אין סעריעס אויף עטליכע וואכן, קאנטרי צייט פאר אסאך יארן צוריק, איז געווען איבער יענקי עסטרייכער אין זיין ארעסט אין בוליוויע. כאטש דער עסטרייכער איז זיך גוט ווערט דאס געלט, ער איז א שווארץ, באבע יוטל'ס אן אייניקל, נחמי' וועבערמאן'ס קאזין, דאך האט ער ליידער געליטן זייער אסאך. איך שטים נישט איין מיט ר' שאול קליין'ס רעכטע פאליטיק קעגן די לינקע רעגירונג דארטן וואס האבן ארעסטירט עסטרייכער, אבער די סעריע איבער ר' שאול'ס פדיון שבוים טריפ אהין קיין בוליוויע האט מיך זייער שטארק קאפטאווירט, און איך שטעל זיך פאר, זייער אסאך אידן ווי מיר, האבן דאס געטראפן מלא טעם פון ערבות פאר אן אנדערן איד בעת צרה.
שפעטער ווען ר' שאול קליין איז ארויס פון די צייטונג, און איך האב גארנישט געוויסט אז ער האט א פאדקעסט אויף קול מבשר אידיש24.קאם, האב איך אפגעשריבן א בריוו צו די צייטונג נייעס באריכט באהערדע, וואס זיי האבן דאס אפגעדרוקט עפנטליך דאן פאר'ן פובליקום זייערע לייענער, נעמליך פארוואס ער טוהט נישט די זעלבע זאך פאר ר' מרדכי יצחק סאמעט? די צייטונג האט דאן געהאט ערב ראש השנה אדער ערב יום הכיפורים א אויסשניט פון זיין 'מודה אני' אימעיל פון תפיסה. כ'האב דאן געגוגעלט אביסל פון ר' מרדכי יצחק סאמעט'ס קעיס, און געזעהן אז ער זיצט שוין 20 יאר! סתם פאר שווינדל און גניבות. איך ווייס ביי מיר אז איך טשעינדזש מיך מיין מיינונג יעדן טאג. און דא זיצט שוין א איד 20 יאר; האט ער דאך שוין זיכער תשובה געטאן.
לאו און ביהאלד, בין איך געוואר געווארן אז ר' שאול קליין האט א וועכנטליכע פאדקעסט און ער איז וויליג צו טאן די זעלבע סעריע ארטיקלען לייוו רעדענדיג דערוועגן, הגם נישט שרייבנדיג דערוועגן, איצט אויף זיין קול מבשר אידיש24 אנליין פאדקעסט! - ער האט טאקע באזוכט הרב סאמעט אין תפיסה עטליכע מאל, און גערעדט דערוועגן וועכנטליך, ביז ר' משה מארגערעטן האט אים ענדליך באפרייט. עס איז מיר קיין שום ספק נישט אז מארגערעטן האט געטאן מער שתדלנות פאר סאמעט'ס ענדגילטיגע באפרייאונג, טאקע צוליב ר' שאול קליין'ס אינוואלוומענט. - די 'מאמענט מאגאזין' האט אפי' געהאט א פראנט פעידזש קאווער סטארי איבער ר' שאול'ס פעולות 'פדיון שבוים' דאן.
און דא קומען מיר צו צום פוינט וואס איך וויל ארויסברענגן, ר' שאול קליין איז אויך געגאנגען באזוכן נחמי' וועבערמאן אין תפיסה. אבער ער האט זיך אפגעשטעלט רעדן פון נחמי' גאר שנעל. פארוואס? דאס איז א מיסטעריע. ר' שאול האט קיינמאל נישט געזאגט פארוואס ער האט געסטאפט רעדן איבער נחמי' וועבערמאן'ס פדיון שבוים.
אבער איך וויל דא זאגן עפעס וואס איך טראכט, אז שאול קליין איז פונקט ווי נחמי' וועבערמאן. נישט חלילה וחס אז ס'איז דא מענטשן וואס טענה'ן אז ר' שאול קליין זאל זיי האבן מאלעסטעט רח''ל. ניין! נאר ביידע זענען טעראפיסטן. דהיינו, ביידע טוען וואס רוב סאסייעטי וויל. נחמי' האט געהאלטן אז עפעס איז ראנג מיט די קרויז מיידל, ווייל די מוסדות האבן דאך איר ארויסגעווארפן. און שאול קליין האלט אויך אז טאמער סאסייעטי מאכט עפעס אפ איז דאס קדוש. ביידע מאכן גוט געלט, זייער גאנצער חיונה, זייער פרנסה, ''קאריערס'', ווי מ'זאגט דאס אויף ענגליש, איז פון אינפארסירן די געזעלשאפטליכע נארמעס אויף אונז.
איך גיי נישט אריין גיין אין ר' שאול קליין'ס ציונות די וואך אז מ'דארף אטאקירן איראן. כאטש די יו.ען. אויף וועם ער באציעט זיך זאגט קלאר אז דאס איז שקר אז איראן מאכט א ניוקלער באמבע דאס צו ווארפן אויף ארץ ישרא'. ווי אויך טראמפ'ס אייגענע זיכערהייט עקספערט 'טולסי גאבארד' האט געזאגט אז דאס איז ציוניסטישע שקר.
איך באציה זיך צו ר' שאול קליין'ס זאגן אז ער האלט פון פארדראגן קינדער אין חדר וואס ווילן נישט מיטהאלטן וואס די מלמד לערנט.
ר' שאול קליין שמעקט נישט מיין קריטיק, ער רופט מיך א משוגענער, און א סקיצאפרעניק, אין פובליק אויף זיין פאדקעסט, ווייל איך האלט פון אים, זיינע גוטע חלקים. מילא אויב איז מען זיך סותר איבער עפעס, איז מען א סקיצאפרעניק לויט אים... אבער איך שרייב אים ווייטער יעדער וואך אן אימעיל וואס איך האלט ער איז נישט גערעכט יענער וואך. איך שרעק זיך ניט פון זיין טעראר אויף מיר, כאטש מיינע קינדער הערן אים אויך אויס.
איך האלט דאס אלץ הכרת הטוב אז יענער שטרענגט זיך אן צו רעדן, עפעטער אלל, בין איך מודה זייער אסאך זאכן צו אים, ווי אויבן געשריבן די פדיון שבוים עסקנות'ער זיינע. און די וואקסינען און פרא סאשעל דיסטענסינג און נאך אסאך. איך שטים פשוט נישט איין מיט זיין ציונות און זיין פארדראגן קינדער על לא דבר. איך גראדע האב זייער הנאה געהאט פון זיין אנדערען חינוך פוינט, טאקע די וואך. ווי ער האט זיך אראפגעטעיפט פארהארגענען א קינד וואס האט נישט גוט נאכגעזאגט די טייטש אויף 'בהעלותך את הנרות'.
זיין אימיעל אדרעסע צו שיקן פיעדבעק בדרך כבוד איז sklein44 at aol dot com ער לייענט יעדער וואך פאר פאר'ן פובליק, אימעילס וואס ער האט באקומען אונטער א נ.ג. פון וויליאסמבורג. אבער עס איז אלעס געטוישט צו זיין פאזיטיוו פאר אים. פון דעם ווייס איך אבער אז ער לייענט מיך 'יא' זייער גוט!...
אט איז אן אימעיל קורץ און שארף וואס איך האב אים נעכטן נאכט אפגעשיקט תיכף נאכ'ן אויסהערן זיין חצי שיעור פראגראם פון די וואך.
לגבי דיין ציונות וועל איך איגנארירן איך וועל זיך נאר באציען צו דיין דראגינג קינדער
Jun 18, 2025, 10:01 PM (13 hours ago)
to Theodore
די יו.ען. און אפי' טראמפ'ס אייגענער זיכערהייט מיניסטער ווי טולסי גאבארד האלטן נישט אז איראן איז א סכנה צו פארניכטן איזראעל.
מילא וועל איך זיך נישט באציען אויף דעם.
אבער דיין פאדערונג צו שטאפן מיט דראגס קינדער וואס האלטן נישט ביים לערנען דיין פסוק חומש האט מיך אינגאנצן ארויסגענומן פון די כלים.
הלמאי דאס קינד איז קלוגער פון דיר, ער האלט נישט ביים לערנען אז בלעם האט געהאט א אייזל וואס האט גערעדט. אדער אז פוטיפר האט געוואלט זינדיגן מיט יוסף. מילא שטאפסטו אים מיט דראגס...!