ברעיקינג: דאס ווארט "מאלעסטער" ווערט ארויסגעזאגט אויף קול מבשר!

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
278
רעאקציע ראטע
1,227
פונקטן
223
אויף אן אפהאנדלונג דורך ר' שאול קליין אויף קול מבשר, האט ר' שאול דערמאנט דאס ווארט "מעלעסטאר".
פרשת חי שרה
ער זאגט עס 19:25 אריין אינעם אפהאנדלונג.

ער האט דאס אריינגעווארפן ביים דערציילט א מעשה וועגן א דין תורה. ער האט בכלל נישט פאקוסירט אויף דעם נושא, ס'איז בלויז אריינגעקומען אינעם שמעוס און ער האט געזאגט דאס ווארט וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אדער געליינט אין היימישע ערטער.

וויכטיג אנצומערקן אז די אויסהערער פון ר' שאול קליין איז לכאורה מער אן ערוואקסענע ציבור.

איך בין נייגעריג וויאזוי דאס גייט צו אונטער די קוליסן ביי קול מבשר. צו ר' שאול האט דאס אליינס אפגעמאכט צו זאגן, אדער מ'האט אים ספעציפיש געגעבן אן אקעי צו רעדן אביסל ברייטער.

(וויכטיג: איך האב דאס געהערט אויף די אידיש24 עפפ. מעגליך אז אויף קול מבשר זעלבסט האט מען עס אויסגעשניטן. איך האב נישט קיין נערווען צו אריינרופן קול מבשר אליינס)

------

ס'איז מאדנע, איך שמייכל זיך אונטער בשעתן שרייבן די שורות ווי מאדנע עס הערט זיך אז דאס זאל זיין א נייעס. אבער פארפאלן, אינעם היימישע וועלט איז דאס א טעבּו נושא, "מאלעסטאישן" איז איינס פון די ווערטער וואס מען ווערט געוואויר ביים ווערן אויפגעקלערט, ערגעץ צווישן די עלעף-צוועלעף און די זעכצן יאר אלט... מען געפונט אויס די ווארט צוזאמען מיט די ווארט "סעקס" און ענליכס.
 
איך האב אים שוין עטלעכע מאל געהערט רעדן וועגן דעם, ער האט טאקע נישט געזאגט די ווארט מעלעסטער אבער אפען גערעדט וועגן דעם.
 
ר' שאול איז צוריק נאך א חודש צייט אפשניט וואס ער האט נישט אפדעיטעט זיין פאדקעסט.

ער זאגט אז צוליב די פילע נייעס, ווארשיינלעך פון טראמפ מיט איזראעל וכדו', האט ער זיך נישט געקענט מצמצם זיין די מוח פארצושרייבן א חצי שיעור.

און בנוסף צו אייביג די סעזאן פון שבועות בעפאר זומער איז ער אייביג מער ביזי מיט חינוך מיוחד ארבייט.

אבער ער האט קיינמאל נאך נישט פארפעלט צו זאגן זיין וועכנטליכן פאדקעסט פאר אזוי לאנג.

Yiddish 24 | חצי שיעור - הרב שאול קליין
 
1750347627136.png


ר' שאול קליין אויפ'ן מאמענט מאגאזין פראנט פעידזש ביי זיין פדיון שבוים עסקנות לטובת ר' מרדכי יצחק סאמעט הי''ו


איך מוז דא זיך מיטטיילן מיט'ן עולם קרעמעלער, אז איך בין ''עדיקטעט'' צו ר' שאול קליין שליט''א, אחוץ דעם וואס זיין וואויס בארואיגט מיך סתם אזוי די נערווען. איז ער נישט קיין נער און נישט קיין היץ קאפ, אדרבה ער איז א דורכגעטראכטער מענטש. צו וועל איך זאגן איך שטים איין אלעס מיט אים? אבסאלוט נישט! אבער דער איד רעדט צו די זאך, רוב מאל.

איך קען נישט דערליידן די יאסי געשטעטנער פינחס גלויבער ראלינציקי ווידער פעלזען און שמעלצער מיט אלע אנדערע קול מבשר אינגעלייט. איך האב זיי נאך קיינמאל נישט אויסגעהערט. אחוץ איינמאל ווען יואליש האט געהאט זיין אייגן טאטע ר' יוסף ארי' פעלזן לייוו אויף אן אינטערוויאו צוליב יענעם'ס גאר שווערע איגענט. און אפשר אמאל ביי א מעידזשער ברעיקינג נייעס עקסידענט פון מיינ'ס א משפחה מיטגלידט.

דרעזנער כאפ איך א נערווען בראך, אויב גראמט ער ביי א חתונה פון מיינ'ס א קרוב וואס איך מוז בלייבן ביי מצוה טאנץ. נאכאמזל ס'איז געווענליך תקנה חתונות וואס מ'מוז ענדיגן רעלאטיוו פריערט. ווייל ביי יעדן אנדערן בדחן ווי למשל פינקי וועבער אדער זיין זוהן קען איך מיך פיין אויספאפן. איך לייג זיך אראפ דעם קאפ ביז'ן סוף, אבער ביי דרעזנער; זיינע שטאקיגע שוונצנות לאזט מיך נישט איינשלאפן ליידער... עניוועיס, צוריק צו קול מבשר, דאס איז געמאכט פאר עלטערע אידן אין נוירסינג האומס און ארבייטסלאזע כולל אינגעלייט מיט עלטערע בחורים אין קווינס. קיין איין נארמאלער מענטש הערט זיי נישט אויס.

אבער ר' שאול קליין האט דאך געשריבן 40 יאר א קאלום, מיט'ן נאמען, דער 'חינוך טאג-בוך', אין די צייטונג נייעס באריכט אידישע צייט, בעיקר עראינורינגן פון זיין חינוך און פאסט אפיס מיט עסקנות ארבייט. מילא ווען דרעזנער האט אים אוועקגעכאפט פון אברהם פריעדמאן'ס די צייטונג נייעס באריכט צו קול מבשר איז דאס געווען א שטארקער קלאפ פאר'ן צייטונג. על אף זיי האבן נאך די י.מ. סופר'ס קנאות און 'די ערשטע יארן פון סאטמאר רבי'ן אין אמעריקע', זייער א פרעסטיזשפולער קאלום, מיט 'די לעצטע עדות' קאלום פון אז''י פרידמאן, איז די צייטונג נייעס באריכט היינט גארנישט מער ווערט, אזש זיי האבן געמוזט פארקויפן פאר די וועלט אז זיי פארמאכן זיך, און איינער עפעס א יאולי לאנדא גביר, האט זיי געראטעוועט פון אינטערגיין. אז נישט קוקט נישט קיינער אויף זייער זייט.

איך האב טאקע נישט געהאט קיין צייט צו לייענען אפשר יעדער וואך ר' שאול קליין אין די צייטונג, אבער ווען ער האט געלייגט בילדער, פלעג איך אים אייביג לייענען. איין אזא ארטיקל וואס איז געלאפן אין סעריעס אויף עטליכע וואכן, קאנטרי צייט פאר אסאך יארן צוריק, איז געווען איבער יענקי עסטרייכער אין זיין ארעסט אין בוליוויע. כאטש דער עסטרייכער איז זיך גוט ווערט דאס געלט, ער איז א שווארץ, באבע יוטל'ס אן אייניקל, נחמי' וועבערמאן'ס קאזין, דאך האט ער ליידער געליטן זייער אסאך. איך שטים נישט איין מיט ר' שאול קליין'ס רעכטע פאליטיק קעגן די לינקע רעגירונג דארטן וואס האבן ארעסטירט עסטרייכער, אבער די סעריע איבער ר' שאול'ס פדיון שבוים טריפ אהין קיין בוליוויע האט מיך זייער שטארק קאפטאווירט, און איך שטעל זיך פאר, זייער אסאך אידן ווי מיר, האבן דאס געטראפן מלא טעם פון ערבות פאר אן אנדערן איד בעת צרה.

שפעטער ווען ר' שאול קליין איז ארויס פון די צייטונג, און איך האב גארנישט געוויסט אז ער האט א פאדקעסט אויף קול מבשר אידיש24.קאם, האב איך אפגעשריבן א בריוו צו די צייטונג נייעס באריכט באהערדע, וואס זיי האבן דאס אפגעדרוקט עפנטליך דאן פאר'ן פובליקום זייערע לייענער, נעמליך פארוואס ער טוהט נישט די זעלבע זאך פאר ר' מרדכי יצחק סאמעט? די צייטונג האט דאן געהאט ערב ראש השנה אדער ערב יום הכיפורים א אויסשניט פון זיין 'מודה אני' אימעיל פון תפיסה. כ'האב דאן געגוגעלט אביסל פון ר' מרדכי יצחק סאמעט'ס קעיס, און געזעהן אז ער זיצט שוין 20 יאר! סתם פאר שווינדל און גניבות. איך ווייס ביי מיר אז איך טשעינדזש מיך מיין מיינונג יעדן טאג. און דא זיצט שוין א איד 20 יאר; האט ער דאך שוין זיכער תשובה געטאן.

לאו און ביהאלד, בין איך געוואר געווארן אז ר' שאול קליין האט א וועכנטליכע פאדקעסט און ער איז וויליג צו טאן די זעלבע סעריע ארטיקלען לייוו רעדענדיג דערוועגן, הגם נישט שרייבנדיג דערוועגן, איצט אויף זיין קול מבשר אידיש24 אנליין פאדקעסט! - ער האט טאקע באזוכט הרב סאמעט אין תפיסה עטליכע מאל, און גערעדט דערוועגן וועכנטליך, ביז ר' משה מארגערעטן האט אים ענדליך באפרייט. עס איז מיר קיין שום ספק נישט אז מארגערעטן האט געטאן מער שתדלנות פאר סאמעט'ס ענדגילטיגע באפרייאונג, טאקע צוליב ר' שאול קליין'ס אינוואלוומענט. - די 'מאמענט מאגאזין' האט אפי' געהאט א פראנט פעידזש קאווער סטארי איבער ר' שאול'ס פעולות 'פדיון שבוים' דאן.

און דא קומען מיר צו צום פוינט וואס איך וויל ארויסברענגן, ר' שאול קליין איז אויך געגאנגען באזוכן נחמי' וועבערמאן אין תפיסה. אבער ער האט זיך אפגעשטעלט רעדן פון נחמי' גאר שנעל. פארוואס? דאס איז א מיסטעריע. ר' שאול האט קיינמאל נישט געזאגט פארוואס ער האט געסטאפט רעדן איבער נחמי' וועבערמאן'ס פדיון שבוים.

אבער איך וויל דא זאגן עפעס וואס איך טראכט, אז שאול קליין איז פונקט ווי נחמי' וועבערמאן. נישט חלילה וחס אז ס'איז דא מענטשן וואס טענה'ן אז ר' שאול קליין זאל זיי האבן מאלעסטעט רח''ל. ניין! נאר ביידע זענען טעראפיסטן. דהיינו, ביידע טוען וואס רוב סאסייעטי וויל. נחמי' האט געהאלטן אז עפעס איז ראנג מיט די קרויז מיידל, ווייל די מוסדות האבן דאך איר ארויסגעווארפן. און שאול קליין האלט אויך אז טאמער סאסייעטי מאכט עפעס אפ איז דאס קדוש. ביידע מאכן גוט געלט, זייער גאנצער חיונה, זייער פרנסה, ''קאריערס'', ווי מ'זאגט דאס אויף ענגליש, איז פון אינפארסירן די געזעלשאפטליכע נארמעס אויף אונז.

איך גיי נישט אריין גיין אין ר' שאול קליין'ס ציונות די וואך אז מ'דארף אטאקירן איראן. כאטש די יו.ען. אויף וועם ער באציעט זיך זאגט קלאר אז דאס איז שקר אז איראן מאכט א ניוקלער באמבע דאס צו ווארפן אויף ארץ ישרא'. ווי אויך טראמפ'ס אייגענע זיכערהייט עקספערט 'טולסי גאבארד' האט געזאגט אז דאס איז ציוניסטישע שקר.


איך באציה זיך צו ר' שאול קליין'ס זאגן אז ער האלט פון פארדראגן קינדער אין חדר וואס ווילן נישט מיטהאלטן וואס די מלמד לערנט.

ר' שאול קליין שמעקט נישט מיין קריטיק, ער רופט מיך א משוגענער, און א סקיצאפרעניק, אין פובליק אויף זיין פאדקעסט, ווייל איך האלט פון אים, זיינע גוטע חלקים. מילא אויב איז מען זיך סותר איבער עפעס, איז מען א סקיצאפרעניק לויט אים... אבער איך שרייב אים ווייטער יעדער וואך אן אימעיל וואס איך האלט ער איז נישט גערעכט יענער וואך. איך שרעק זיך ניט פון זיין טעראר אויף מיר, כאטש מיינע קינדער הערן אים אויך אויס.

איך האלט דאס אלץ הכרת הטוב אז יענער שטרענגט זיך אן צו רעדן, עפעטער אלל, בין איך מודה זייער אסאך זאכן צו אים, ווי אויבן געשריבן די פדיון שבוים עסקנות'ער זיינע. און די וואקסינען און פרא סאשעל דיסטענסינג און נאך אסאך. איך שטים פשוט נישט איין מיט זיין ציונות און זיין פארדראגן קינדער על לא דבר. איך גראדע האב זייער הנאה געהאט פון זיין אנדערען חינוך פוינט, טאקע די וואך. ווי ער האט זיך אראפגעטעיפט פארהארגענען א קינד וואס האט נישט גוט נאכגעזאגט די טייטש אויף 'בהעלותך את הנרות'.

זיין אימיעל אדרעסע צו שיקן פיעדבעק בדרך כבוד איז sklein44 at aol dot com ער לייענט יעדער וואך פאר פאר'ן פובליק, אימעילס וואס ער האט באקומען אונטער א נ.ג. פון וויליאסמבורג. אבער עס איז אלעס געטוישט צו זיין פאזיטיוו פאר אים. פון דעם ווייס איך אבער אז ער לייענט מיך 'יא' זייער גוט!...

אט איז אן אימעיל קורץ און שארף וואס איך האב אים נעכטן נאכט אפגעשיקט תיכף נאכ'ן אויסהערן זיין חצי שיעור פראגראם פון די וואך.


לגבי דיין ציונות וועל איך איגנארירן איך וועל זיך נאר באציען צו דיין דראגינג קינדער‎



Jun 18, 2025, 10:01 PM (13 hours ago)



to Theodore




די יו.ען. און אפי' טראמפ'ס אייגענער זיכערהייט מיניסטער ווי טולסי גאבארד האלטן נישט אז איראן איז א סכנה צו פארניכטן איזראעל.

מילא וועל איך זיך נישט באציען אויף דעם.

אבער דיין פאדערונג צו שטאפן מיט דראגס קינדער וואס האלטן נישט ביים לערנען דיין פסוק חומש האט מיך אינגאנצן ארויסגענומן פון די כלים.

הלמאי דאס קינד איז קלוגער פון דיר, ער האלט נישט ביים לערנען אז בלעם האט געהאט א אייזל וואס האט גערעדט. אדער אז פוטיפר האט געוואלט זינדיגן מיט יוסף. מילא שטאפסטו אים מיט דראגס...!
 
לעצט רעדאגירט:
ר' שאול קליין שמעקט נישט מיין קריטיק, ער רופט מיך א משוגענער, און א סקיצאפרעניק,
כ׳האב נאך קיינמאל נישט געהערט מען זאל איינעם סתם באטיטלען מיט סקיצעפרניע ״הלא דבר״… אפשר איז עס ״יש דברים בגו״…😂
 
WOW שמייכל דו ווארפסט צוזאם אזויפיל שטותים אין איין תגובה אז עס איז שווער זיך מצמצם צו זיין.

איך הער נישט קיין סאך קול מבשר (כמעט קיינמאל נישט אויסגעהערט ר' שאול, כאטש איך פלעג יא ליינען זיין טאג בוך אין די צייטונג ע"פ רוב).
ס'ליגט מיר אין קאפ אז די מעשה פון עסטרייכער אין באליוויע האט ער אויך באשריבן ערגעץ.

פנחס גלויבער, יואליש פעלזן, און אפילו שמעלצער, און מסתמא די איבריגע וואס דו האסטו דערמאנט, זענען מלא וגדוש און פארקויפן משוגע גוטע אינטרעסאנטע תוכנ'דיגע סחורה וואס רוב מענטשן זענען זיך מחי' דערמיט. ביי א חתונה האב איך קיינמאל נישט געהערט דעם דרעזנער, אבער די דרעזנער שמעלצער שמועס יעדע וואך איז פון די מערסטע אויפגעכאפטע און געשמאקע שמועסן. דיין אומגעדולדיגקייט מוז זיין מקוצר המשיג.... און דאס צאמווארפן וועבערמאן, עסטרייכער, באבע יוטל, איז עפעס גאר קריעטיוו... לאל

איך מיין זאלסט באזוכן א מענטל העלט פראפעסיאנאל, דיין טעמפער איז אביסל טו מאטש... כ'מיין עס באמת, נישט צו טשעפען.
 
און דא קומען מיר צו צום פוינט וואס איך וויל ארויסברענגן, ר' שאול קליין איז אויך געגאנגען באזוכן נחמי' וועבערמאן אין תפיסה. אבער ער האט זיך אפגעשטעלט רעדן פון נחמי' גאר שנעל. פארוואס? דאס איז א מיסטעריע. ר' שאול האט קיינמאל נישט געזאגט פארוואס ער האט געסטאפט רעדן איבער נחמי' וועבערמאן'ס פדיון שבוים.
טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, האסט געהאלטן וועלטן פון שאול קליין ביז ער האט אויפגעהערט רעדן פון נחמי' וועבערמאן'ס פדיון שבוים..

וואס ביסטו אזוי אינוועסטעד אין דעם וועבערמאן?
 
1751040725732.png


פריש פון די וואך פרשת קורח תשפ''ה, ר' שאול'ס פאדקעסט האט געלאנדענט, דזשאסט אין צייט פאר מיין קאנטרי וועג ארויס אין טראפיק 3 און א האלב שעה.‎

איינע פון די סיבות פארוואס איך האב אזוי שטארק ליב דעם חצי שיעור מהרב שאול קליין אויף קול מבשר;

איז ווייל ער רעדט דעם אמת וואס רוב חסידים טראכטן. ער איז א סאטמערער תלמיד און רעדט ארום פון אפען לאזן דעם ראדיא אין שבת ווען די ציונים מאכן מלחמות יעדן שני וחמישי כאטש וואס ער ברענגט א כלי יקר אז מ'מוז זיין נכנע אין גלות קאכט ער זיך אין ציונות כאילו איראן האט געוואלט ווארפן א באמבע אויף ארץ ישרא'.

דאס שפיגעלט אפ סאטמאר באמת; נישט פינחס גלויבער שמעון ראלינצקיא און אוודאי נישט יאסי גשטעטנער; דהיינו מיר לעבן אין א ''קאגנאטיוו דיסאנענס'' סתירה. מיר וויינען קעגן משה דוד נידערמאן אבער מיר וויינען אויך קעגן אונז אליינס אז מיר האלטן נישט ביים וואוטן ווי ר' שאול...

הערט ווי ר' שאול שעלט אריין דעם טאג וואס זיין מאמע האט אים געבוירן אז מאמדאני האט געוואנען דעם מעיארעל פריימערי. כאטש ער איז מודה אז רוב חסידים זענען נישט רייך פון ריעל עסטעיט, און די פאר וואס זענען יא רייך, זענען בלויז יחידים, אבער זיי שטיצן יא אינטער אונזער רייכער געזעלשאפט.

הערט אויך ווי ר' שאול זאגט פאלש דער טייטש פון 'אינטיפאדא'. עס מיינט פשוט א רעוואלוציע, אויף אראביש. נישט ספעציפיש אן אנטיסימיטישע זשיהאד ווי ער זאגט, אבער מיר חסידים טייטשן דאס יא אזוי אויס.

Yiddish 24 | חצי שיעור - הרב שאול קליין
 
1751420663286.png


די וואך איז ר' שאול קליין פארנומען צו רעדן פונעם קלויזנבארגער רב ווייל זיין יארצייט געפאלט אויס דעם שבת ז' חוקת.

כאטש ר' שאול איז א סאטמערער תלמיד האט ער זייער ליב דעם קלויזנבארגער רב ווייל יענער פלעגט אויך רעדן אויף פייער און וואסער. היינט א גלח מארגן א מלאך. ר' שאול זאגט אז אלע סאטמערע וועלן מודה זיין אז קלויזנבארגער רבי האט צוריקגעשטעלט דאס יהדות החרדית נאכ'ן האלאקאוסט.

ר' שאול זאגט אז די סיבה פארוואס קלויזענבארגער רבי איז שוין היינט אנגענומען אין סאטמאר, לויט ווי ער זאגט פאלשערהייט, איז צוליב ווייל מיר פייטן שוין היינט אינערליך צווישן זיך אליינס, דאס הייסט די זאליס בני יוא' און אהרונים זענען אלע צעשפלינטערט אויף 3 פראקציעס, אין סאטמאר, מילא מאכן מיר מער נישט קלויזנבארג פאר א שונא, לויט ר' שאול.

הגם, ס'איז גאנץ א שיינער טעאריע, וואס די לובאוויטשע נוצען אויך קעגן סאטמאר, אבער ר' שאול איז נישט גערעכט, ווייל קלויזנבארג אליינס איז דאך אויך צושלאגן צווישן זיך די 2 זינען. דער בכור פון ארץ ישרא', וואס רופט זיך צאנז, און דער פון בארא פארק וואס האט ליידער נישט קיין קינדער, מילא איז ער זייער דעביטערט.

די סיבה פארוואס סאטמאר האט נישט געהאלטן פון קלויזנבארגער רב, און האלט ווייטער נישט פון קלויזנבארגער רב, כאטש זייער אסאך סאטמארע ראשי משפחות, זענען געווען זיינע חסידים גראד נאך די מלחמה, א שטייגער, ווי ר' יודל ראזנבערג; ר' הערשל קעסטנבוים; ר' משה מויסקאפ; ר' מרדכי וויינבערגער; וכו' נאך אסאך אסאך זיידעס אונזערע, אדער עלטער פעטערס. איז פשוט ווייל ער איז געווען זייער ציוניסטיש געשטימט. און סאטמאר רב דער בעל ויוא' משה זי''ע איז דאך געווען עלטער ווי אים זיין אייגן פעטער און ער איז געווען זייער אויסגעשפראכן קעגן ציונות האבן רוב די אידן איבערגעלאזט קלויזנבארגער רב און זיך געגאנגען קיין סאטמאר.

דער אמת איז אז קלויזנבארגער רב איז געווען א גרעסערער קנאי ווי סאטמאר רב קעגן ציונות אין די ראשית יארן, אבער ער האט זייער ליב געהאט געלט, און ווען זיי האבן אים געגעבן די שטחים אין נתני' אויפצובויען זיין שפיטאל גענצליך אומזינסט, איז ער געווארן געטוישט מן הקצה להקצה, א ציוני נלהב. עד כדי כך, אז ווען מ'האט אים געפרעגט וויאזוי קען ער זיין אזא ציוני, ווען נעכטן האט ער געזאגט אז זיי זענען ארגער פון גוים, האט קלויזנבארגער רב גענטפערט דעם באקאנטן מאמר וואס אלע אוי.טי.די. זאגן נאך, ''אז נאר א בהמה קען זיך נישט טוישן א מענטש קען זיך יא טוישן'. כאילו ער האט געוויסט וואס א בהמה טראכט...

ר' שאול עפענט זיך אליינס אויך אויף, זייער פערזענליך איבער אן אייגן קינד. וואס ער האט לא עלינו אליינס פארלוירן, ביי די אכט יאר ה''י! נאך א בראך אפאראציע, וואס די דאקטוירים האבן קיינמאל נישט אנגעגעבן קיין ריכטיגער אורזאך פון זיין פטירה, זיי האבן אים בלויז געזאגט אז די איינשלעפונג ''אנעסטיזשיע'' מעדעצין איז געווען צו שטארק, און עס קען זיך מאכן, אז דאס זאל אינגאנצן אוועק לייגן א לעבן, מ'זאל נישט הערן, אויף אלע שונאי ישרא' געזאגט אזא קללה, אויב ווערט אזא קאמפליקאציע. - ר' שאול זאגט אז ער טרויערט נאך אויף זיין קינד עד היום הזה, כאטש עס איז א גזירה אז נאך א יאר פארגעסט מען פון א נפטר, האט קלויזנבארגער רב נאכגעזאגט, בשם דעם שינעווער רב, אז ביי א קינד איז נישט שייך צו פארגעסן.

בכלל איז דער שיעור זייער רואיג און געלאסן, אויף ר' שאול'ס אייגענארטיגן 'דברי חכמים בנחת נשמעין' געניעלען סטיל, אז עס איז א פארגעניגען דאס אויסצוהערן. עס איז אפי' אביסל צו שטיהל, אז אויב האט איר קינדער אין קאר, וואס רודערן ארום, וועט איר דאס נישט אויפכאפן יעדעס ווארט זיינער.

דער אנהייב שיעור איז א ביזנעס ארטיקל וואס ער האט גלייענט אין קאנטרי פון זיין חינוך מיוחד וואקאציע פאר פופציג יאר צוריק, איבער ''פעד-עקס'', דער גרויסער ''אווער-נייט שיפינג'' קאמפאני, וואס איר גרינדער איז איצט אוועק, איינער סמיהט, א ביליאנער, וואס זיין ביזנעס פראפעסער האט אים געזאגט אין קאלעדזש, אז זיין ביזנעס פלאן וועט באנקראטירן, אבער ער האט זיך נישט געלאזט, און האט יא מצליח געווען צו טוישן די ביזנעס וועלט, ווערננדיג גאר רייך פון דעם. ר' שאול נעמט פון דעם ארויס א מוסר השכל סיי אין זיין אייגן פראפעשן פון חינוך מיוחד אז מ'טאר נישט אויפגעבן צו די ''נעי-סעיערס''. די שווארץ קוקער און סיי פאר אונז אין אלעס וואס מיר טוען אין לעבן, אויב מיר זענען איבערצייגט אז דאס איז ריכטיג, זאלן מיר זיך נישט אפהאלטן דערפון, ווייל אנדערע זעהן נישט וואס אונז זעהן די הצלחה דערפון.

אויף דעם ארויף, דערציילט ר' שאול, זיין סיכסוך וואס ער האט געהאט מיט די מנהל פון סאטמאר וויליאמסבורג חדר, אן קיין נאמען, אבער מסתמה מיינט ער ר' משה פרידמאן דער מנהל, וויאזוי ער איז אריין צום בייראך מוישע דער סי.אי.אוי. וויינען אז די מנהל רודפ'ט אים אויס אין זיין 'חדר עזרה' חינוך מיוחד ארבייט אין טרופ עוועניו, אז ר' שאול צעשטערט די סיסטעם פונעם מנהל צו פירן דעם ריזיגן מוסד, ווייל ער מאכט פון קינדער גאנצע ''פאציענטן''. - דער בייראך מוישע איז דאך געווען א דיפלאמאט, האט ער אוואדי געגעבן רעכט פאר ר' שאול קעגן דעם מנהל, אזוי זאגט ר' שאול. אבער ר' שאול זאגט נישט אז ווען משה מנהל איז אריין צום בייראך האט ער אויך געקריגן רעכט...!

איך שטים נישט איין מיט ר' שאול'ס גאנצער חינוך מיוחד סיסטעם ביזנעס, איך האלט ווי דער מנהל, אז קינדער טארן נישט ווערן אפגעסטעמפלט ווי פאציענטן, אז זיי דארפן עקסטער הילף, זיי ארויסצונעמן פון די מסגרת פון קלאס חלילה וחס, אויב דארפן זיי טאקע הילף קען מען דאס טאן נאך חדר, ווייל דערמיט פארהארגעט מען זיי נאר נאך מער, ווייל מ'פארשעמט זיי פאר א גאנץ לעבן ה''י. אז א קינד זאל זיך שפירן שוואכער פונעם אלגעמיינעם כיתה זיינע חברים, הארגעט דאס אפ דאס קינד, אסאך אסאך מער, ווי נישט קענען חומש וגמרא, פאר א גאנץ לעבן. ווייל ער זעהט דאך ווי די חברים קוקן אים אן ווי ''די שוואכע קאפ''. אפילו ר' שאול אליינס וויינט כסדר אויף זיין פאדקעסט אז זיי די דאזיגע קינדער זענען; ''צרות ישרא'!'' - אזא גערעדאכטץ אויף אונזערע צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא שבזכותן נגאלו ועתידין אנו להיגא' אי''ה בב''א! - איז א גרויל און א עקל צו הערן!

אבער ר' שאול מאכט דאך גאר אסאך געלט פון דעם דיאגניזירן זיי אלץ קראנקע אוי.סי.די. עי.די.עיטש.די. דיסלעקסיק, סקיצאפרעניק וכו' וכו' אלע שמות הנרדפים פון זיין אינדוסטריע וואס טוישט זיך זייער אסאך. ר' שאול איז זייער אלט מאדיש צוריקגעשטאנען אין דעם ריזן מענטל העלט פעלד וואס לויפט פארויס זייער שנעל. הקיצור, איך וועל אים נישט טוישן זיין גאנצער לעבן; כבוד; קאריערע; פרנסה; און איצט פאדקעסט, וואס איז בעיקר אפסטעמפעלען אונזערע קינדער מיט כל מיני פראבלעמען, גייסטיש און פיזיש, אבי ער זאל מאכן נאך א דאלער. אלע זיינע 'טאג-ביכער' זענען געבויט אויף דעם, און דא זאגט ער גאר אז דער מנהל זאל זיי האבן אזוי אנגגערופן, 'פאציענטן'...!

אבער אחוץ דעם לעצטן קריטיק, איז עס ''אווער-אלל'', זייער א רייכער; באלערנדער; ענטערטענינג; געשמאקער; און גאר אינטערסאנטער, 'חצי שיעור פאדקעסט', וואס לוינט זיך צו הערן, עספעשעלי אין אייער טראפיק די וואך ארויס פון שטאט צום קאנטרי.

א דרך צלחה און אן ''ענזשויעבעל ליסטען''!

חצי שיעור - הרב שאול קליין Yiddish 24 | חצי שיעור - הרב שאול קליין
 
לעצט רעדאגירט:
קודם כל איז אזוי. הגם ר' שאול מארקעט זיך אלס דער גרעסטער קריאה מומחה בדורנו, איז דער מיינונג פון אלע קריאה מומחים וואס איך קען אז עס איז שותים און הבלים, את קליינע טייל פון דער פאפולאציע ווערט געהאלפן פון זיינע פלעש קארדס.
אויף א פערלענליכער לעוועל איז ר' שאול זייער א דינאמישער מענטש. א סך קינדער זענען געהאלפן געווארן פון זיין פערסאנעליטי מער ווינפין זיין מהלך. דאס האב איך אליינס געהערט פון עטליכע מומחים וועלכע האבן געארבעט און חוש צוזאמען מיט אים.
יעצט דו מאכסט א טשולנט צווישן פסיכישע פראבלעמען און לערנען דיסעביליטיס כדרכן של רוב אן עדיוקעיטעד מענטשן. ר' שאול אין אן עדיוקעיטער, נישט קיין פסיכיאטאר.

דער פראבלעם פון מאכן א קינד את פאציענט איז א גרויסער און פארצווייגטער.
ווען עס קומט אן צו מיך אזא קעיס מין איך עס שוקל אזוי. אין צען יאר ארום, לויט ווי זאכן פארן יעצט, גייט חרטה האבן פארן נישט לעיבלען אדער נישט? אין אנדערע ווערטער, דער געפ צווישן אים און זיינע חברים, וואקסט, אדער ווערט עס קלענער?
נאך א שאלה וואס איך פרעג. איז דאס קינד סעיף?
איז דאס קינד פראדאקטיוו?
יעצט מיר אלע זענען מענטשן, טעראפיסטן אויך, און מיר מאכן טעותים. די החלטות ווערן בדרך כלל געמאכט מיט א טיעם, עס קען זיין אז מען מאכט אמאל א טעות אבער ותשועה ברוב יועץ.


א קרישקעלע איבער ''הרב ר' מרדכי יצחק'ן'' דער איד איז באמת א בעל מסירות נפש. צוועלעוו אידן האט ער געמסר'ט! הגם א חלק האבן געוואוסט, איז עס נאכאלץ אן אומרעכט ווען מען גייט צו צו א זעכצן יעריגער בחור'ל קום, איך גיב דיר געלט מיט א קאר עסט האבן פאן. און נישט אלע האבן געוואוסט בכלל. עס קען זיין אז ער האט תשובה געטאן. איך קען איינער פון זיינע וויקטימס און יענער זאגט קלאר אז דער מוסר נפש האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטן. דער ספעציפישער וויקטים האט פון גארנישט געוואוסט.ער פלעגט א סך אריינפארן פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג און ער פלעגט נעמען פעקלעך אלס א טובה פארן בעל מסירות נפש.
 
א.

ר' שאול מישט דייקא יא אויס זיין חינוך מיוחד ארבייט מיט סעקייעטרי, ער רעדט אפען אז ער שטאפט קינדער מיט מעדיצין. ער דיאגנאזירט אויך אין פובליק ערוואקסענע מענטשן, ווי מיר, אויף זיין פאדקעסט גאר, אויפ'ן בלויזן חטא אז מיר דיסעגריען מיט אים.

ב.

בנוגע וואס דו טענהסט, אז זיין פערסענאליטי איז דאס וואס העלפט די מענטשן און נישט זיינע טריקס, איז דאך דאס נישט אפטיילבאר פון זיינע מעטאדן.

ג.

און דאס אז דו טענה'סט אז ער העלפט בלויז א קליינע צאל מענטשן. איז 'קליין' א רעלאטיווער סומע שאצונג ווארט. ר' שאול העלפט מער מענטשן ווי סיי וועמען אין דעם פעלד.

ד.

דאס וואס דו זאגסט בנוגע אפסטעמפעלען קינדער און זיי אפלעבעלען אלץ ''פראבלעמס'', אז דאס ווערט געטאן דורך טיעמס. דאס פארענטפערט נישט מיין ספעציפישע טענה פון פארשעמען די דאזיגע קינדער, אז זיי זענען שוואכערע פון די אלגעמיינער קלאס. ווי איך האב קלאר געשריבן, אז איך האב ניט קיין פראבעלם צו צו לערנען מיט'ן קינד ווען קיינער זעהט נישט. די וועג וויאזוי ר' שאול האט דאס געטאן אין סאטמאר, מיט'ן פאראדירן זיינע ''פאציענטן'' צו זיין ספעציעלער ''חדר עזרה'' אינמיטן טאג לעיני כל הקהל, פון גרויס ביז קליין, אזש, אז אפילו דעם מנהל האט דאס געבאדערט, אויף דעם האב איך מיך באצויגן אז דאס מאכט די קינדער נאר ארגער ווי ווען זיי קענען נישט קיין חומש אדער גמרא. ווייל דאן ווערן זיי אויך שוואכער אין לימודי חול און סתם התנהגות.

ווי איך האב שוין געשריבן, איז חומש מיט גמרא, זייער אבסטראקטע, דהיינו, ווייט-פון-פראקטישע-לעבן-קאנצעפטן, דערפאר גאר שווערע לימודים. מ'איז נאך נישט קיין ''פראבלעם'', אז מ'וויל דאס נישט לערנען, אז אשת פוטיפר האט געגלוסט יוסף'ן אדער אז בלעם'ס אייזל האט גערעדט ווי א מענטש וכדו'. ווייל דאס איז זייער ווילד פרעמד פאר יעדן איינעם, אפילו ערוואקסענע, וכל שכן אינגע קינדער, וואס זענען זייער גערעכט, אז זיי ווילן דאס נישט פארשטיין.

איי רוב קינדער באמבעלען דאס סתם נאך פונעם מלמד? טענה איך אז דאס איז עפעס ''ראנג'' מיט'ן רוב! און נישט מיט'ן יחיד! אדרבה, דער יחיד קען גאר זיין א שטארקער מצוין, אין זאכליכע לימודים, ווי לימודי חול. אבער אז דו שלעפסט אים אריין אין דיין חדר עזרה אים צו זאגן, סיי פאר אים און סיי פאר די וועלט, אז ער איז א ''שוואכער קאפ'', הארגעסטו אים אפ פאר לייף, אויך אין אלעס אנדערשט, נישט נאר לימודי קודש, נאר אפי' אין שידוכים; חברים; ער ווערט א באם; אוי.טי.די.; זשאבלעסס; האומלעס; און 'משוגע' באמת!

ה.

לגבי הרב סאמעט, איז ער נישט מחויב לעבנס-לענגליכע תפיסה ווייל ער האט נישט איבערגעבעטן איין בחור'ל. 20 יאר איז מער ווי גענוג פאר זיין חטא. לאז אפ. קיינער האלט נישט אז ס'קומט אים לעבנסלענגליכע תפיסה פאר'ן אריין דרייען א בחור מיט א פאלטשער אינטערשריפט. פדיון שבוים איז נישט קיין קליינער מצוה, איך בין מכיר טובה ר' שאול קליין פאר'ן טאהן אזוי סך עסקנותער, בעיקר דורך אים גיין באזוכן און ארום רעדן פון זיין צער ומסירת נפש פאר אידישקייט אזויפיל יארן אין תפיסה, דערמיט האט ער געגעבן א געוואלדיגן שטופ פארויס, פאר הרב ר' מרדכי יצחק סאמעט'ס באפרייאונג, אולטימיטלי דורך הרב החסיד רבי משה מארגערעטן שליט''א.

אפי' 'הרב' סאמעט האט נישט איבערגעבעטן יעדן איינעם איז ער נאכאלץ נישט אויס 'הרב', ווי דו ווילסט זייער שטארק אים אוועקנעמן דעם טיטול. דער איד איז א גאר שטארקער חסידישער איד, אן עובד השם יתברך במסירת נפש ממש! דיין לשון הרע אויף אים איז סתם הוילע פאנטאזיעס, ער האט נישט געמאסערט קיין 12 אידן, און אפילו נישט קיין איינער. זיי האבן אלע געארבייט פאר אים פאר גוט געלט, און זיי האבן אונטערגעשריבן אויף זיינע שווינדעלרייען. זיי זענען אלע געווען אלטע בחורים אין מאנדרוי ישיבה, זיי האבן געמאכט גרויס געלט פון זיינע/זייערע גניבות. זיי האבן גוט געוויסט וואס זיי טוען.

ביטע, פארקויף נישט קיין לאקשן מיט פדיאות דא, עספעשילי נישט קעגן אזא ערליכער צדיק ובעל מסירת נפש איד, וואס האט אפגעדינט דאס גיהנום אויף די וועלט, זייענדיג ארעסטירט פאר גאנצע צוואנציג יאר; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מיינט איין טאג תפיסה, נעווער מיינד גאנצעטע צוואנציג יאר!
 
לעצט רעדאגירט:
ר' שאול קען נישט שטאפן צו ער וויל יא אדער נישט. מנהלים, טראץ אלע לשון הרע'ס קענען אויך נישט. די אלע מעדיקעישאנס נעמען היילי רעגיולעיטעד און קאנטראלד.
יעצט, ר' שאול האט מער קינדער נישט געהאלפן ווי יא. דאס האב איך געהערט פון מומחים און פראפעסיאנעלן אין חוש אריינגערעכנט הרב ו און הרב ר מרת ק צווישן אנדערע.
ער איז זייער פול מיט זעך. למעשה האט ער א דינאמישער פערזענליכקייט און דאס האט א סך געהאלפן זיינע תלמידים, אבער דער "מוסד" פון רוקח בשיטת שאול קליין סאקט געלט און דעליווערט גארנישט.
דיין סטעיטמענט אז ער האט דעליווערט מער ווי א יעדער אנדערע מענטש ווייזט פשוט אז דו שלינגסט איין זיינע בארימערייען הוק ליין און סינקער. שמעלקא קליין ,אלעזר יונה זילבערמאן, יואל הערש כ''ץ, צווישן אנדערע. יעדער פון זיין האבן שוין געהאלפן עטליכע מאל אזוי פיל קינדער אויב דו ווייסן אביסל וואס טוט זיך.

לעיבלען איז דיסעיבלען. דאס איז א פאקט. די שאלה איז נאר אויב מיטן נישט לעיבלען טוט מען א גרעסערער שאדן ווי מיט נישט לעיבלען. און וויבאלד עס איז דיני נפשות, קען את זאת החלטה נאר געמאכט ווערן מיט ישוב הדעת. איי לערנען ווען קיינער זעט נישט? ווי אין בית הכסא? אין די פראדזשעקטס? אין סאטמאר ראדני אקא סמעדריש?
יעצט. דו זעסט אויב צו זיין מוראדיג סטאק אויף לעיבלען. דאס איז א סטעידזש וואס בדרך כלל וואקסט מען דאס אויס נאך פארן בר מצוה. ד''ה דו לייגט את שטארקער דגוש אויף ר' מרדכי יצחק'ן זיין הרב, אלטע בחורים, מאנדרוי, און ליובאוויטשער רבי מיט ר' יואל זיין א רוסקי ד''ה דו האלסט אז ווען דו אטעשטסטנא לעיבל אויף א מענטש האסטו געוואונען דעם דעבאטע.
דער ספעציפישער מענטש וואס איך קען האט נישט געהאט קיין אנונג וואס ער טראגט. ער פלעגט עט דעט פוינט את סך פארן צווישן קר''י און ווילי. ער פלעגט טון טובות פאר דיין ''הרב'' אן באקומען א דיים. די עף בי איי האט געהאט ווידאו פון אים ווי ער איז א קוריער. זיין האבן אים געאפפערט א דיעל אז ער גייט עדות זאגן קעגן ''הרב'' סאמעט אין עקסטשיינדזש פארן דראפן די טשארדזשעס. ''הרב'' סאמעט האט אים געפרעשורט מסירה וכו'. ''הרב סאמעט'' האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטן.
דער פאקט אז ער איז געזען אין תפיסה צוואנציג יאר פארן אנפירן א קריים רינג מאכט אים פאר א צדיק? פארוואס? קענסט אפשר ענפערן אן לעיבלס? איז שלום ווייס אויך את צדיק? ער איז אויך געזעצן!
 
Back
Top