די וואך איז ר' שאול קליין פארנומען צו רעדן פונעם קלויזנבארגער רב ווייל זיין יארצייט געפאלט אויס דעם שבת ז' חוקת.
כאטש ר' שאול איז א סאטמערער תלמיד האט ער זייער ליב דעם קלויזנבארגער רב ווייל יענער פלעגט אויך רעדן אויף פייער און וואסער. היינט א גלח מארגן א מלאך. ר' שאול זאגט אז אלע סאטמערע וועלן מודה זיין אז קלויזנבארגער רבי האט צוריקגעשטעלט דאס יהדות החרדית נאכ'ן האלאקאוסט.
ר' שאול זאגט אז די סיבה פארוואס קלויזענבארגער רבי איז שוין היינט אנגענומען אין סאטמאר, לויט ווי ער זאגט פאלשערהייט, איז צוליב ווייל מיר פייטן שוין היינט אינערליך צווישן זיך אליינס, דאס הייסט די זאליס בני יוא' און אהרונים זענען אלע צעשפלינטערט אויף 3 פראקציעס, אין סאטמאר, מילא מאכן מיר מער נישט קלויזנבארג פאר א שונא, לויט ר' שאול.
הגם, ס'איז גאנץ א שיינער טעאריע, וואס די לובאוויטשע נוצען אויך קעגן סאטמאר, אבער ר' שאול איז נישט גערעכט, ווייל קלויזנבארג אליינס איז דאך אויך צושלאגן צווישן זיך די 2 זינען. דער בכור פון ארץ ישרא', וואס רופט זיך צאנז, און דער פון בארא פארק וואס האט ליידער נישט קיין קינדער, מילא איז ער זייער דעביטערט.
די סיבה פארוואס סאטמאר האט נישט געהאלטן פון קלויזנבארגער רב, און האלט ווייטער נישט פון קלויזנבארגער רב, כאטש זייער אסאך סאטמארע ראשי משפחות, זענען געווען זיינע חסידים גראד נאך די מלחמה, א שטייגער, ווי ר' יודל ראזנבערג; ר' הערשל קעסטנבוים; ר' משה מויסקאפ; ר' מרדכי וויינבערגער; וכו' נאך אסאך אסאך זיידעס אונזערע, אדער עלטער פעטערס. איז פשוט ווייל ער איז געווען זייער ציוניסטיש געשטימט. און סאטמאר רב דער בעל ויוא' משה זי''ע איז דאך געווען עלטער ווי אים זיין אייגן פעטער און ער איז געווען זייער אויסגעשפראכן קעגן ציונות האבן רוב די אידן איבערגעלאזט קלויזנבארגער רב און זיך געגאנגען קיין סאטמאר.
דער אמת איז אז קלויזנבארגער רב איז געווען א גרעסערער קנאי ווי סאטמאר רב קעגן ציונות אין די ראשית יארן, אבער ער האט זייער ליב געהאט געלט, און ווען זיי האבן אים געגעבן די שטחים אין נתני' אויפצובויען זיין שפיטאל גענצליך אומזינסט, איז ער געווארן געטוישט מן הקצה להקצה, א ציוני נלהב. עד כדי כך, אז ווען מ'האט אים געפרעגט וויאזוי קען ער זיין אזא ציוני, ווען נעכטן האט ער געזאגט אז זיי זענען ארגער פון גוים, האט קלויזנבארגער רב גענטפערט דעם באקאנטן מאמר וואס אלע אוי.טי.די. זאגן נאך, ''אז נאר א בהמה קען זיך נישט טוישן א מענטש קען זיך יא טוישן'. כאילו ער האט געוויסט וואס א בהמה טראכט...
ר' שאול עפענט זיך אליינס אויך אויף, זייער פערזענליך איבער אן אייגן קינד. וואס ער האט לא עלינו אליינס פארלוירן, ביי די אכט יאר ה''י! נאך א בראך אפאראציע, וואס די דאקטוירים האבן קיינמאל נישט אנגעגעבן קיין ריכטיגער אורזאך פון זיין פטירה, זיי האבן אים בלויז געזאגט אז די איינשלעפונג ''אנעסטיזשיע'' מעדעצין איז געווען צו שטארק, און עס קען זיך מאכן, אז דאס זאל אינגאנצן אוועק לייגן א לעבן, מ'זאל נישט הערן, אויף אלע שונאי ישרא' געזאגט אזא קללה, אויב ווערט אזא קאמפליקאציע. - ר' שאול זאגט אז ער טרויערט נאך אויף זיין קינד עד היום הזה, כאטש עס איז א גזירה אז נאך א יאר פארגעסט מען פון א נפטר, האט קלויזנבארגער רב נאכגעזאגט, בשם דעם שינעווער רב, אז ביי א קינד איז נישט שייך צו פארגעסן.
בכלל איז דער שיעור זייער רואיג און געלאסן, אויף ר' שאול'ס אייגענארטיגן 'דברי חכמים בנחת נשמעין' געניעלען סטיל, אז עס איז א פארגעניגען דאס אויסצוהערן. עס איז אפי' אביסל צו שטיהל, אז אויב האט איר קינדער אין קאר, וואס רודערן ארום, וועט איר דאס נישט אויפכאפן יעדעס ווארט זיינער.
דער אנהייב שיעור איז א ביזנעס ארטיקל וואס ער האט גלייענט אין קאנטרי פון זיין חינוך מיוחד וואקאציע פאר פופציג יאר צוריק, איבער ''פעד-עקס'', דער גרויסער ''אווער-נייט שיפינג'' קאמפאני, וואס איר גרינדער איז איצט אוועק, איינער סמיהט, א ביליאנער, וואס זיין ביזנעס פראפעסער האט אים געזאגט אין קאלעדזש, אז זיין ביזנעס פלאן וועט באנקראטירן, אבער ער האט זיך נישט געלאזט, און האט יא מצליח געווען צו טוישן די ביזנעס וועלט, ווערננדיג גאר רייך פון דעם. ר' שאול נעמט פון דעם ארויס א מוסר השכל סיי אין זיין אייגן פראפעשן פון חינוך מיוחד אז מ'טאר נישט אויפגעבן צו די ''נעי-סעיערס''. די שווארץ קוקער און סיי פאר אונז אין אלעס וואס מיר טוען אין לעבן, אויב מיר זענען איבערצייגט אז דאס איז ריכטיג, זאלן מיר זיך נישט אפהאלטן דערפון, ווייל אנדערע זעהן נישט וואס אונז זעהן די הצלחה דערפון.
אויף דעם ארויף, דערציילט ר' שאול, זיין סיכסוך וואס ער האט געהאט מיט די מנהל פון סאטמאר וויליאמסבורג חדר, אן קיין נאמען, אבער מסתמה מיינט ער ר' משה פרידמאן דער מנהל, וויאזוי ער איז אריין צום בייראך מוישע דער סי.אי.אוי. וויינען אז די מנהל רודפ'ט אים אויס אין זיין 'חדר עזרה' חינוך מיוחד ארבייט אין טרופ עוועניו, אז ר' שאול צעשטערט די סיסטעם פונעם מנהל צו פירן דעם ריזיגן מוסד, ווייל ער מאכט פון קינדער גאנצע ''פאציענטן''. - דער בייראך מוישע איז דאך געווען א דיפלאמאט, האט ער אוואדי געגעבן רעכט פאר ר' שאול קעגן דעם מנהל, אזוי זאגט ר' שאול. אבער ר' שאול זאגט נישט אז ווען משה מנהל איז אריין צום בייראך האט ער אויך געקריגן רעכט...!
איך שטים נישט איין מיט ר' שאול'ס גאנצער חינוך מיוחד סיסטעם ביזנעס, איך האלט ווי דער מנהל, אז קינדער טארן נישט ווערן אפגעסטעמפלט ווי פאציענטן, אז זיי דארפן עקסטער הילף, זיי ארויסצונעמן פון די מסגרת פון קלאס חלילה וחס, אויב דארפן זיי טאקע הילף קען מען דאס טאן נאך חדר, ווייל דערמיט פארהארגעט מען זיי נאר נאך מער, ווייל מ'פארשעמט זיי פאר א גאנץ לעבן ה''י. אז א קינד זאל זיך שפירן שוואכער פונעם אלגעמיינעם כיתה זיינע חברים, הארגעט דאס אפ דאס קינד, אסאך אסאך מער, ווי נישט קענען חומש וגמרא, פאר א גאנץ לעבן. ווייל ער זעהט דאך ווי די חברים קוקן אים אן ווי ''די שוואכע קאפ''. אפילו ר' שאול אליינס וויינט כסדר אויף זיין פאדקעסט אז זיי די דאזיגע קינדער זענען; ''צרות ישרא'!'' - אזא גערעדאכטץ אויף אונזערע צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא שבזכותן נגאלו ועתידין אנו להיגא' אי''ה בב''א! - איז א גרויל און א עקל צו הערן!
אבער ר' שאול מאכט דאך גאר אסאך געלט פון דעם דיאגניזירן זיי אלץ קראנקע אוי.סי.די. עי.די.עיטש.די. דיסלעקסיק, סקיצאפרעניק וכו' וכו' אלע שמות הנרדפים פון זיין אינדוסטריע וואס טוישט זיך זייער אסאך. ר' שאול איז זייער אלט מאדיש צוריקגעשטאנען אין דעם ריזן מענטל העלט פעלד וואס לויפט פארויס זייער שנעל. הקיצור, איך וועל אים נישט טוישן זיין גאנצער לעבן; כבוד; קאריערע; פרנסה; און איצט פאדקעסט, וואס איז בעיקר אפסטעמפעלען אונזערע קינדער מיט כל מיני פראבלעמען, גייסטיש און פיזיש, אבי ער זאל מאכן נאך א דאלער. אלע זיינע 'טאג-ביכער' זענען געבויט אויף דעם, און דא זאגט ער גאר אז דער מנהל זאל זיי האבן אזוי אנגגערופן, 'פאציענטן'...!
אבער אחוץ דעם לעצטן קריטיק, איז עס ''אווער-אלל'', זייער א רייכער; באלערנדער; ענטערטענינג; געשמאקער; און גאר אינטערסאנטער, 'חצי שיעור פאדקעסט', וואס לוינט זיך צו הערן, עספעשעלי אין אייער טראפיק די וואך ארויס פון שטאט צום קאנטרי.
א דרך צלחה און אן ''ענזשויעבעל ליסטען''!
חצי שיעור - הרב שאול קליין
Yiddish 24 | חצי שיעור - הרב שאול קליין