ר' משה מארגערעטן דרייווענדיג ארויס ''הרב'' מרדכי יצחק סאמעט מיט'ן פנים מאסקע אויף בארד, אראפ פונעם אויטיסוויל בארג ס'ערשטער מאל אויף די פריי נאך 20 יאר שמאכטן אין תפיסה.
א.
איך נעם נישט אן דיינע לשון הרע'ס אויף הרב סאמעט, איך האב דורגעלייענט די ''קעיס'' אויף גוגעל, און געזעהן פונקטלעך וויאזוי ער האט געארבייט. איי דו פארקויפסט לשון הרע ורכילות דא אונטער דיין פארמאסקירטער ניק נאמען אויף קרעמל? ביסטו סתם א נישט באבלייבטער ניק וואס אפי' דו ביסט אפען אז דו גלייבסטיך אליינס נישט דו באקסט נאר דא אפ פרישע ליגענטס עס יו גא עלאנג נאר זיך צו טענה'ן אויף הוילע פוסטע נארישקייטן אויף קרעמל. דיין באנוצער נאמען פרעדיצירט נישט בכלל צו זיין קיין מציאות אין רעליטעט.
לויט די דאקומענטירטע פאקטן, וואס יעדער קען זעהן פאר זיך פונקט איך אליינ'ס, איז זייער קלאר, וואס די פרשה איז דא געווען, אז א ירולשימער תמימות'דיגע אידל, וואס האט געהאט עלעף קינדער איז אהער געקומען שנארן יעדעס יאר זיי חתונה מאכן, ביז ער האט אנגעהויבן צו ווערן גוט מיט די קרית יואעלע אידן און אנגעהויבן טאן שווארצע זאכן פאר זיי, ער האט זיך ארום גענומען מיט נאך אזאלכע חברה ווי אים אליינס, רוב אלטע בחורים, און חתונה געהאטע שנארערס. וואס אנטשטאט שנארן האבן זיי געדריידעלט מיט גניבות אויסצופאפן תמימותדיגע גוים. יא אמת אז עס איז ליידער געווען אסאך אלטע בחורים פון מאנדרוי ישיבה, וואס האבן נישט געהאלטן ביים לערנען אדער זיך שלאגען פאר אהרוניזם א גאנצטן טאג, און קיין ענגליש האבן זיי קיינער נישט געקענט אינקלודינג דיין הרב סאמעט אליינס אויך נישט, אבער זיי האבן אלע געמאכט גרויס געלט, צוזאמען מיט הרב סאמעט, און האבן זייער גוט געוויסט אז זיי זענען ''פוהלע'' שותפים אין זיין שווינדל ביזנעס.
ב.
די מציאות איז אז יעדער קען הרב סאמעט און יעדער קען ר' שלום ווייס, איינער איז א תולדות אהרן חסיד וואס דינט השם יתברך במסירת נפש ממש, און איינער איז א שיינער סאטמערע בעל הבית וואס האט געוואוינט אין סיגעיט, און וואוינט איצט אין מאנסי.
ג.
לגבי אזויפיל יארן זיצן אין תפיסה, צו דאס דינט אלץ גיהנום, בעסער צו מאכן דעם מענטש, ביסטו אויך זייער נאריש, צו זאגן אז נישט.
ד.
אוואדאי קען תפיסה אויך ערגער מאכן א מענטש, ווי די קעיס איז ליידער ביי נחמי' וועבערמאן. אבער אין דע קעיסעס פון ר' שלום ווייס און הרב סאמעט, זענען זיי געווארן בעסערע הייליגערע און ערליכערע מענטשן. פארקויף נישט קיין לאקשן און שקרים ווען די 2 זענען גאר באקאנטע מענטשן און דו ביסט בלויז א באהאלטענער ניק שוואנץ.
ה.
דיין נארישע לשון הרע קעגן ר' שאול האב איך שוין אפגעווארפן, אבער מחמת כבודו פון ר' שאול וועל איך דאס נאך איינמאל איבערחזר'ן. אז א גרויס חלק וויאזוי די מעטאדן פון חינוך ארבייטן איז דורך פערסאנאנלעטי; דו קענסט נישט זאגן אז ער איז דינאמיש, און אויף די זעלבע שורה, ווידער אויך זאגן אז ער איז גארנישט ווערט.
ו.
די אנדערע נעמען אין חינוך, וואס דו ווארפסט צוזאם טייל מיט גאנצע נעמען סתם אויפגעבאבעלט, און טייל בלויז מיט ראשי תיבות... האט נאך קיינער קיינמאל נישט געהערט, אבער פון ר' שאול, ווייסט די גאנצע וועלט.
דו ביסט טאקע זייער א 'אנאנימער' קרעמל ניק, אבער קיינער נעמט עס נישט אן פון דיר ''הוק ליין סינקער'' ווי דו ווילסט ליידער לעיבעלען מיך, אז איך נעם אן ר' שאול'ס ווערטער, בעת איך קריטיקיר אים גאר דא...!
דו זיצסט פשוט זייער לאנג אין ''טוילעט'' צו ארויספארצן דיינע נארישע קינדערישע מיאוסע פארשטונקענע פאנטאזירטע שטותים און לאקשן בלוט בילבולים לשון הרע'ס ורכילות אויף הרב סאמעט, און אויף ר' שאול, און אויף מיר. מאך א 'אשר יצר' און וויש דיך אונטער שנעלער, וועלן מיר נישט גארנישט דארפן ענטפערן מער. ווייל, סיי ווי סיי, זענען רוב ווערטער דיינע איבעגעחזר'ט, און גארנישט ניי. דו טוישסט דאס נאר ארום כדי דא אנחזר'ן דערמיט נאכאמאל, א ריכטיגער 'כלב ששב על קיאו'.
ז.
ווען איך זאג אז מ'דארף נישט פארשעמען א קינד אים ארויסצונעמען אינמיטן קלאס, מיינט נישט צו זאגן אז מ'זאל לערנען מיט אים אין ''טוילעט'' ווי דו מאכסט חוזק פון מיר מיט דיין 'ניבול פה'. מ'קען לערנען נאך חדר אדער בעפאר. אדער אפי' בעת'ן חדר דאס נישט ''לעיבעלען'' אלץ חדר עזרה נאר אלץ ''מציונים''. אדער אנדערע טריקס נישט צו מאכן פילן דאס קינד געפאלן ביי זיך.
ווי איך האב שוין געזאגט אז דאס אז א קינד וויל נישט איבערזאגן דעם מלמד'ס חומש אדער גמרא וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס, פאר קיין איין עדאלטס אויך נישט, מאכט עס נאך נישט דער קינד פאר א שוואכע קאפ, אדרבה דאס צייגט אז דאס קינד איז א מצוין, אז ער שרעקט זיך נישט אז רוב קינדער זענען תמימי לב, אז זיי זאגן יא נאך די שטותים און לאקשן פון דע רבין זייערע, אז אשת פוטיפר האט געגלוסט יוסף'ן, אדער אז בלעמם'ס אייזל האט יא גרעדט ווי א מענטש....
איך האלט ווייטער אז די חינוך מיוחד מולטי מיליאן דאלערדיגע עקאנאמיע, פון אזאלכע שארלעטאנען, ווי ר' שאול קליין מיט נחמי' וועבערמאן וכדומיהן, הארגענען מיר אפ גאנצעטע זשענערעישענס.
בעיקר האב איך זיך באצויגן צו די טענה פון דעם מנהל, דערמאנט פון ר' שאול קליין אין זיין פאדקעסט, אז ר' שאול האט געמאכט די שוואכערע קינדער אלץ גאנצע ''פאציענטן'' און ''צרות ישרא'ל''. ווי ער וויינט קעגן זיי זיין גאנצן חצי שיעור פאדקעסט ווי שווער שוידערליך און קאפ וויי זיין ביזנעס איז.. בעת ער מאכט גין גאלד אויף די צרות וואס ער וויינט אזויפיל...!
ח.
לגבי מיין לעיבעלען ר' יוא' כהן, מיט די מציאות אז ער איז געווען א רוסישער שיכור. האב איך דאס בלויז געזאגט ווייל ער האט געפרעדיגט ציונות אויף די וועלט, ער האט געלעיבעלט סאטמאר, צוליב אונזער אנטי ציונות! ער האט דאס געטאן ווייל ער איז געווען אן אלטער פארקאלעכטער פארטייאישער שוטה רשע וגס רוח!
דו ברענגסט דאס נאר אהער אין דעם שנירל פון דעם
לובאוויטשן שנירל מיט'ן כוונה צו פארדרייען דעם שמועס. דו ביסט סתם א געמיינער פרעכער אינג דורך דעם.
ט.
דו ביסט פשוט א שקרן צו זאגן אז די מעדיצינען וואס מ'שטאפט, איז הויך רעגולירט, עס איז נישט מער ווי ר' שאול קליין און נחמי' וועבערמאן וכדו', ווי איך האב דיר אויפגעוויזן אז ר' שאול גרויסט זיך דערמיט אויף זיין פאדקעסט יעדער וואך אז ער שטאפט קינדער מיט דראגס. ער איז אן אומגעלייסענסטער מענטש אזוי אויך נחמי' וועבערמאן האט טאקע געקענט ענגליש בעסער ווי מיר און דיר אבער ער איז געווען א משמרת הצניעות עסקן, זיי די 2 עסקנים מאכן גרויס געלט פון שטאפן אונז מיט אונזערע קינדער מיט די דראגס! און זיי זענען נישט די איינציגסטע!
דערמיט הארגענען זיי אפ אונז מיט אונזערע דורות. - דו שרייבסט פון תחת ארויס, דיינע נארישע שקרים וכזבים, כאילו די דראגס זענען רעגולירט דורך די רעגירונג אדער דורך דאקטוירים; אפי' א דאקטער געט זיי יא א פערסקריפשן, איז ער גוט באצאלט מטעמים, פון די אויבן דערמאנטע עסקנים, וואס זיי געבן אים אראפ א פראצענט פון זייער רייכטוהם.
י.
איך ווער נישט ''סטאק'' אויף לעיבעלען דאס איז א מציאות אז אונזער לעבן ווערט אויסגעפארעמט אלץ קינד, קיינער טוישט זיך נישט אלץ ''עדאלט''. לויט ווי מ'איז אלץ קינד אזוי בלייבט מען אחוץ אז מ'ווערט א גרויסער עושר דאן איז דער אפגעפליקסטער ''שוואכער קאפ'' דער געווינער אין געזעלשאפט אייביג. אבער וויפיל ווערן דען רייך? איינס פון טויזענט. - רוב בלייבן מיט די לעיבעלס פון אלץ קינד.
עפילאג:
די חינוך מיוחד ומשמרת הצניעות עסקנים, ווי ר' שאול קליין און נחמי' וועבערמאן, זענען ביי מיר זייער חשוב, איך בין נישט דא זיי צו אוועקנעמען זייער עולם הבא, אבער איך זאג זיך יא קלאר ארויס, מיין ארימע מיינונג, אז זיי האבן אסאך בלוט אויף זייערע הענט, מיט'ן לעיבעלן מענטשן אלץ קראנק, און זיי שטאפן מיט דראגס.
איך בין נאר נישט אזוי זיכער ווי דיר, צו באשטעטיגן אז זיי האבן מער פארהארגעט ווי אויפגעטאן, אבער מיט דעם זענט איר יא גערעכט, אז ביי דיני נפשות איז נישט שייך צו מעסטן איין מענטש מער ווי אן אנדערן;
אז אויב האבן זיי האבן פארהארגעט בלויז איין נפש; קענען זיי האבן געראטעווט א מיליאן אנדערע מענטשן; און מען דארף זיי נישט שעצן!