- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,458
- רעאקציע ראטע
- 7,409
- פונקטן
- 943
ש'טא אזא זאך

Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ש'טא אזא זאך
זוהר? קוראן?(איבריג צו זאגן אז ווען מען טרעפט אלטע ביכער קענען די "טרעפער" זיכער מאכן אז מען "טרעפט" דארט געשריבן דאס וואס זיי וואלטן געוואלט ס'זאל דארט שטיין געשריבן).
די ספר התורה בימי יאשיהו
איך פרעזענליך האלט אז די גאנצע אידישקייט איז שטותים!ילמדנו רבינו , פארוואס זאל עס נישט אהנגיין ?
אז איינער וויל נישט ,זיין א יודע את רבונו ומתכוון
להמריד בו, איז ער דאך א בר דעת , פארשטיי איך
נישט דיין לשון , אפשר מיינסטו צו זאגן , אז די גלייבסט אין מציאות השם , אבער די גלייבסט נישט אין שכר ועונש , דאס קען מען דערהערן , עס איז אלץ דא איז דא ניצוץ פון כפירה , אין יעדן איינעם , ביי איינעם מער ,ביי איינעם ווייניגער ,ביסט דו נישט אסאך אנדערש פון יעדן ,
עס איז באקאנט דער ישמח משה , פרעגט די קשיא , אז יעדע עבירה וואס מען טהוט , איז מען
דאך א כופר , ווייל אז די גלייבסט 100% אז גאט זעהט, און ער זאגט טהו נישט ,און די פייפסט דיך אריין , שמעקט עס מיט כפירה , ער זאגט א תירוץ
לפי דרכו , אז דאס אין אדם חוטא אלא אם נכנס
בו רוח שטות , ער מיינט צו זאגן אז , אין אמת גלייבט ער יא , נאר ער ווערט משוגע ,בשעת ער איז עובר - עס איז פיין צוזאגן - אבער אויב עס איז אזוי , איז ער דאך א שוטה , וואס איז פטור , איז ווי שייך א עונש ,
נאר דער אמת איז , קיינער גלייבט נישט 100% , עס איס נאר פראבעבל( אזוי גלייבט מען) , סאו, אז דער יצרבושעוועט נעמט ער א טשענס , אבער דאס איז נאטירליך ,זיך צו אינטערעסירן אויף די אויטענטישקייט ,פון דת ,און אירע אבליגעישנס
דעס וואס די שרייבסט , איז עפעס צומישט , אז
עס זעהט אויס טאקע אז דער ישמח משה איז ח״א גירעכט , עס איז נכנס בו רוח שטות ,
אין די פוסקים איז דא א סיג פון נשתטה וחזר ונשתפה , לאמיר האפן בקרוב.
דו האסט ליב צו זיין פארנומען מיט דיינע טעאריעס און איך מיט מיינע. על טעם וריח אין להתווכח.איך פרעזענליך האלט אז די גאנצע אידישקייט איז שטותים!
איך גלייב נישט קיין כח הוא זעה דערין
אבער דאך בין איך נישט פארנעמען פראָווען מיט קשיות אז עס איז שטותים
איך קוק אן איינער וואס האלט אין איין ברענגען ראיות און הוכחות, ווי סתם א בעל תאווה וואס וויל נישט האלטן אידישקייט אבער ער וויל זיך פארענטפערן זיין געוויסן
קאָן זיין איך בין ראנג אדרבה לאמיר עס אויסשמועסן
האסט לכאורה נישט געליינט מיין גאנצע תגובה.הערליך שיינע הסבר, איך מוז דיר זאגן אז די ביזט גערעכט!
איך האב איין קשיא פארוואס איז נישטא נאך א ריליגיע און די וועלט וואס איז איינגעפאלן אזא גוטס!! איך מיין אז מיר טענה'ן זיך וועגן דעם 3000 יאר שפעטער איז דאס למעשה גאנץ א פיינע מעשה, קיינער האט נישט געקענט קלערן פון אזא גוטע מעשה. נישט נאר דאס די קריסטן און אראבער האבן נישט געקענט בעסער ווי נאכטאנצן עפעס א הייפעלע בעלי דמיונות אז גאט האט גערעדט צו זיי?
Come on man!!
איך דארף נאך איינעם מיט אזא מעשההאסט לכאורה נישט געליינט מיין גאנצע תגובה.
ווען עפעס איז יוניק מיינט נישט אז ס'איז נאר דא איין וועג וויאזוי ס'האט געקענט געשעהן.
כ' ווייס נישט צו מ'קען דאס אפלערנען ווי א סתירת @טראמפייטער צו וואס.נאך דעם איז דא א כלל אז א נארמאלע מענטש average גייט נישט אריינבאקן שטותים ואבלים פאר זיינע קינדער! צא ובדוק
יעצט די גוים זענען די זעלבע, זיי גייען עס אויך נישט טוהן נאר זיי זענען געווארן פאר'כישןף'ט פון יושקא און מוסלומענער פון מחמד וואס האבן געהאט גאר א שטארקע כח און די רמב"ם שרייבט וואס די ציל דערפון איז געווען אבער סאיז קלאר אז זיי האבן געהאט א אומבאגרייפליכן כח און געשלעפט די גאנצע וועלט צו זייער אידילאגיע וואס ווער עס קוקט אריין זיכער און די new testament וואס איז זיך סותר אויף טריט און שריט און באשאפן נייע ווערטער וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און אלע זענען מודה אז א מתן תורה איז געווען nobody is denying it!!
איך גיי עס איבער זאגן נאכאמאל און נאכאמאל....איך דארף נאך איינעם מיט אזא מעשה
יעדע גוטע זאך און די וועלט האט קאמפיטשן איך דארף אז נאך איינער זאל האבן אזא מעשה קען זיין סדא, זעץ דיך ארויף אויף גוגל טשעט זשי פי טי און ברענג
אויב איז נישט דא, קען נישט זייו אז סאיז פאלטש! געדענק דעס איז א מעשה וואס צוויי גרעסטע ריליגיעס און די וועלט האבן געכאפט פאר זיך,
וויפיל יאר איז געווען צווישן די מעשה און ווען די ירושלמי איז געשריבן געווארן?...ספר העקרים חלק ג ברענגט פון די ירושלמי, אז מען האט עס אייביג געהאט (קאפיס), די טומל איז געוועהן אז מען האט געטראפן די ספר תורה של משה וואס עס געוועהן באהאלטען אויפגעמישט ביים א שרעקעדיגע פאלאץ!
לאמיך איך עס בעסער מסביר זיין, וויבאלד אין אדם מוריש שקר לבניו, וועגן דעם איז מסתבר אז ביזן שורש איז עס א אמתע מסורה, די שאלה איז נאר ווער איז גערעכט ביים אנהייב, איז אידן שטייען סתם אזוי בעסער ווייל אידישקייט שטייט אנעם קריסט און איסלאם , משא"כ די קריסט און איסלאם זענען געבינדן צום איד און אויב די איד איז פאלש זענען זיי אוואדי,כ' ווייס נישט צו מ'קען דאס אפלערנען ווי א סתירת @טראמפייטער צו וואס.
ס'טייטש אזוי, זה כלל גדול שאין אדם מוריש שקר לבניו אדער ווי דו שרייבסט "נאך דעם איז דא א כלל אז א נארמאלע מענטש average גייט נישט אריינבאקן שטותים ואבלים פאר זיינע קינדער! צא ובדוק יעצט די גוים זענען די זעלבע" איי ס'נישט אמת ווייל הא ראי לשיטתך געבן די גוים יא איבער שקר פאר זייערע קינדער? אה פארדעם קומסטו ענטפערן תירוצים.
והשתא דאתית להכי אז בעצם געבט דער גוי אויך נישט איבער פאר זיינע קינדער נאר ער טוט עס ווייל ער האט תירוצים, איז אסאך ענדערשער צו דרייען פארקערט אז בעצם איז אין אדם מוריש שקר לבניו און די ביליאנען גוים געבן איבער נאר אמת פאר זייערע קינדער, איי דו זעהסט די אידן געבן יא איבער שקר פאר זייערע קינדער איז פשוט ווייל זיי זענען געווארן פאר'כישןף'ט אין זייערע פירער/פירערס.
ווייל די מינוט דו בויעסט אויף א כלל אז אין אדם מוריש שקר לבניו איז אסאך ענדערשער אז דער כלל זאל זיין געבויעט אויף רוב וועלט און העכסטנס אז איינער פרעגט א קשיא פון א געוויסע גרופ אז מ'זעהט פארקערט איז עס פשוט ווייל ס'אייביג פארהאן א יוצא מן הכלל און פארשטייצעך פאר געוויסע תירוצים זענען די מיעוט אנדערש ווי רוב, אבער לכתחילה בויען א כלל אויפן מיעוט און טענה'ן גאר אז רוב טוען נישט אזוי וועגן תירוצים?!
איך דארף נאך איינעם מיט אזא מעשה
יעדע גוטע זאך און די וועלט האט קאמפיטשן איך דארף אז נאך איינער זאל האבן אזא מעשה קען זיין סדא, זעץ דיך ארויף אויף גוגל טשעט זשי פי טי און ברענג
אויב איז נישט דא, קען נישט זייו אז סאיז פאלטש! געדענק דעס איז א מעשה וואס צוויי גרעסטע ריליגיעס און די וועלט האבן געכאפט פאר זיך,