קורץ און שארף...

איך האב עדווערטייזד מיין קאר פאר סעיל פאר זעקס אלפים, איינער קאלט מיר אז ער איז עס גרייט צי קויפן פאר פינף אלפים, זאג איך עם עס איז א טעות איך האב געמיינט צי שרייבן 7 טויזענט, זאגט ער מיר וואס הייסט האסט געשריבען זעקס טויזענט און די מוזט דיך האלטן צי דעים, זאג איך עם ביסט גערעכט קענסט עס האבן פאר זעקס טויזענט, וכך הווה.
 
געבן א קאמפלימענט ווען ס'איז שווער, איז די בעסטע קאמפלימענט

זאגן מוסר ווען ס'איז גרינג, איז נישט קיין מוסר....
 
1000464347.jpg
אלט אבער גוט
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_1634.jpeg
    IMG_1634.jpeg
    473.9 KB · געזען: 15
ר' משה שטערנבוך איז אריין אלס בחור צום בריסקער רב און איהם געזאגט, איך בין א אייניקל פונעם גר"א..
זאגט די בריסקער רב, נו נו איז וואס?! האט איהם ר' משה געזאגט איך בין דער אויף וועם די גר"א האט מתפלל געוועהן ונהי' אנחנו וצאצאינו וצאצאי.......... דער בריסקער רב האט זיך צושמייכלט, און איהם מקרב געוועהן............
 
מען האט אמאהל מכבד געוועהן א קארגע איד צו זאגן א דרשה און שול אויף די ענין פון שנאת חנם, ער גייט ארויף אויפן בימה און געבט א קלאפ "וויאזוי קען מען פיינט האבן א זאך וואס איז בחינם?!....
 
Back
Top