- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 861
- רעאקציע ראטע
- 5,624
אין א פרישע אנטוויקלונג אין די נושא פון טרענסג'ענדער האט ד"ר מיכאל אברהם געשריבן א מאמר אין דעם סוגיא. (מער איבער אים פערזענליך האב איך געשריבן אין ק"ש)
טרנסג'נדרים בהלכה: א. ניתוח מושגי (טור 701) - הרב מיכאל אברהם
ער הייבט אן מיט שטארקע רעספעקט און הערצה צו אונזער באליבטע ר' @יששכר כץ, וועמען ער האט נאר יעצט אנגעטראפן מיטן אדורכטון דעם נושא, אבער ער איז שטארק מחולק סיי מיט ר' יששכר'ס מסקנא און סיי מיט די וועג וויאזוי ער גייט צו צו די נושא. ער גייט מקדיש זיין א נאכפאלגענדע מאמר פאר זיינע דעטאלירטע קריטיק (ר' יששכר איר זענט גרייט?), אבער ער לייגט אויס אין קורצן זיין שיטה אז מ'דארף דאס פסקנ'ען מסדר ראשון (פון אייגענע סברות) בעת ר' יששכר פסק'נט עס מסדר שני (מער פון גמ' ארויס..)
ער פארנעמט זיך אסאך מיטן אנגרייטן די באדן, קלאר מאכן די טערמינאלאגיעס און ארויסנעמען די פאליטיק פונעם דעבאטע, ס'איז זייער מסודר'דיג און שיין צונומען.
ער טענה'ט אין קורצן אז אמאל זענען נאר געווען צוויי קאטעגאריעס פון מענטשן, מענער און פרויען. מענער האבן זיך אידענטיפיצירט אלס מענער, געהאט מענערישע כראמאזאמס מיט א מענערישע גוף, און אטראקטירט צו פרויען, און פרויען זענען געווען פונקט פארקערט. היינט אבער איז דאס אלעס אפגעטיילט, ווי גוף איז איין זאך (מין-sex), וויאזוי מ'אידענטיפיצירט זיך און וועלכע ראלע מ'נעמט איז א צווייטע זאך (מגדר-gender), און צו וועמען מ'ציט איז א דריטע זאך (sexual orientation). צוזאמען געבט עס 8 סארט מעגליכקייטן פון וויאזוי א מענטש קען זיין אויסגעשטעלט. (ער אנטשולדיגט זיך פאר די אקטיוויסטן וואס גלייבן אין מער ווי דעם...)
ער האט א חבר - זאגט ער, וואס איז א טרענס פרוי, געבוירן אלס א מאן, און וואוינט מיט א פרוי אלס לעסביען - פון וואס מ'קען לאכן אבער אזוי איז עס.
ער רופט אים 'אים' ווייל ער רעזעווירט זיך די רעכטן צו נוצן שפראך וויאזוי אים קומט אויס בעסער, הגם שפעטער אינעם מאמר ערווענט ער יא אז נארמאלערהייט רעספעקטירט ער פערזענליך די רצון פון מענטשן צו ווערן גערופן אויף א ספעציפישן וועג אבער מ'קען דאס אויף קיינעם נישט ארויפצווינגען.
ער רייסט אראפ די 'עקסטרעמע קווירס' וועלכע זעען אין ג'ענדער נישט מער ווי עפעס וואס 'מאידענטיפיצירט זיך'. ווייל ווי ער ציטירט פון מעט וואלש איז דאס א צירקולארע דעפינאציע, און פונקט ווי 'אידישקייט' קען נישט מיינען זיך אידענטיפיצירן אלס איד, מיינט עס אויך נישט אזוי מיט דזשענדער. ער איז מער מאריך דערויף אין זיין אלטע ארטיקל איבער מעט וואלש'ס דאקומענטערי.
ער האלט אבער יא אז דזשענדער האט כאראקטעריסטן וואס מ'קען בערך דעפינירן - עכ"פ גענוג אויף עס צו לייגן אין א באזונדערע קאטעגאריע ווי סעקס.
ער צולייגט די וועלכע לייקענען די גאנצע נושא פאר רעליגיעזע און פאליטישע סיבות, ער זאגט עס איז נישט מער ווי א פארקערטע 'כשל נוטרליסטי' וואו מ'פראבירט אז די ought זאל דיקטירן די is.
אויך מאכט ער אוועק די לעיבלס פון זאגן אז עס איז א 'קרענק' אד"ג, ווייל אויסער סעמאנטיקס לייגט עס גארנישט צו צום דעבאטע, און וואו עס איז דא סובסטאנץ קען מען זיך דינגען דיירעקט אויף דעם.
דאן גייט ער אריין אין די הלכה'דיגע חלק, ווי ער לייגט עס אראפ אלס שיינע לומדישע חקירה, וואס די דין מאן און פרוי איז - איז עס תלוי אין סעקס אדער איז עס תלוי אין דזשענדער?! אבער איידער אנהייבן צו ברענגען ראיות און מקורות מש"ס ופוסקים, שמועסט ער אויס אז ראיות זענען דא אומרעלעוואנט פאר צוויי סיבות, 1. וויבאלד אין די צייטן פון גמ' איז נישט געווען דעם חילוק און מ'קען אייביג זאגן אז ווען די גמ' רעדט פון איינס מיינט מען עס נאר אלס סימן (לאפוקי סיבה). און 2. ווייל אפי' די גמ' זאל ווען יא האבן א קלארע שטאנד דערויף קען אויך זיין אז וויבאלד די מציאות האט זיך געטוישט דארף מען אויך אנקוקן די הלכות אנדערש היינט, צו ווייל די גמ' קען זיך טועה זיין, צו ווייל חז"ל וואלטן אליין געטוישט זייער מיינונג.
אזוי צו אזוי גלייבט ער נישט אין די גאנצע סדר שני פון ברענגען ראיות, און ער פלאנט נאך צו פארברייטען וויאזוי ער איז איבערצייגט אז ס'ניטאמאל דא קיין ראיות צו ברענגען. און ער טענה'ט אז די איינציגסטע כלים וואס מיר האבן דא איז סברא און כללי ספקות - און די צוויי האבן אן אינטרעסאנטע רילעישאנשיפ - ווי ער שמועסט אויס (אז אין געוויסע פעלער שטופט סברא אוועק די כללי ספק, צו ווען איינער איז קאנווינסד א געוויסע וועג, צו אין א שעת הדחק.)
למסקנא גייט ער בקיצור נמרץ אריבער אפאר נקודות און ער פסקנ'ט מקופיא.
- לגבי די אפעראציע אליין האלט ער עס איז נישט גלייך, מטעם סירוס, נאר איין זאך אז ביי פרויען איז עס לכאו' א דרבנן און דערפאר קען מען גרינגער מקיל זיין בשעת הדחק (פאר א פרוי (בגוף) וואס וויל ווערן א מאן) וויבאלד לגבי דיני סירוס שפילט 'מין' א גרעסערע ראלע ווי 'מגדר'.
- לגבי חיוב במצוות איז ער נוטה אז דזשענדער - וויאזוי מען ביהעיווד, שפילט א גרעסערע ראלע ווי די ארגינעלע סעקס פון געבורט.
- צירוף למנין איז ער נוטה להקל לגבי פרויען אליין אז זיי קענען אויך מצרף זיין, וכ"ש דא.
- לגבי יחוד און לגבי עזרת נשים האלט ער ס'האט מיטן אטראקציע וואס עס שאפט און דאס האט לכאו' בלויז מיטן אויסערליכן אויסזען.
- לגבי לאזן פיאות צייכנט ער צו אן אינטרעסאנטע שטיקל אין רע"א איגר מיט אן ענליכע חקירה לגבי א קנעכט (וואס האט אויך א מענערישע גוף אבער דינים ווי א פרוי) און ער ערווענט אז עס איז בכלל אן אינטרעסאנטע קעיס צוצושטעלן צו אונזער סוגיא.
- לגבי לא ילבש בלייבט ער מיט א ספק דאורייתא - להחמיר..
גייטס און ליינטס.
ווארטס מיט שפאנונג אויפן צווייטן ארטיקל, וואו ער גייט סיי אריינגיין מער בפרטיות אין זיין הלכה'דיגע שטעלונג און סיי צונעמען וואס ער האלט איבער ר' יששכר'ס תשובה אינעם נושא.

לעצט רעדאגירט: