אויפגעדעקטע האר בהלכה

חול המועד

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 20, 2025
מעסעדזשעס
26
רעאקציע ראטע
109
פונקטן
23
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
איך פארשטיי נישט די שאלה פון "מעג מען" גיין אויפגעדעקטע האר... הלכה'דיג? השקפה'דיג?
אז מען רעדט פון הלכה , איז וויכטיג צו דערמאנען
די גמרא אין כתובות ״ראשה פרוע דאורייתא ״ דאס
זאגט, אז א פולי אויפגידעקטע קאפ האהר אין א רשות הרבים,ביי א אשה נשואה, איז אן ערוה מן התורה , לגבי א ביעטש דארף מען דן זיין צו עס האט די גדר פון א מרחץ , אבער סתם גילוי שערות הראש אהן א כיסוי איז מוסכם אין תלמוד אז עס איז אסור מן התורה,נאר ביי א סוטה האט מען ספעציעל אויפגדעקט איהר האהר לנוולה .
 
מיש נישט צאם.
ראש פרוע מדאורייתא מיינט אז די האר איז loose און נישט צאמגענימען, מדאורייתא דארף מען בכלל נישט באדעקן די האר, נאר עס צאמנעמען אין א פּאָני, ווי די גמרא זאגט ״אפילו קלתא שפיר דמי״

באדעקן די האר איז נישט קיין דאורייתא און ניטאמאל א דרבנן, ווי די גמרא זאגט דאס איז דת יהודית, דהיינו אזוי פירט מען זיך שוין דורי דורות, אין אנדערע ווערטער ״א מנהג״
 
ביסט ענטייטלט מחולק צוזיין מיט די גמרא
איך האב נאר גיקוואוטטעט די לשון פון גמרא
דארטן רעדט מען נישט פון א פאוני טעיל
גיין פאר א אשה נשואה בגילוי שערות אהן א כיסוי
איז לויט די גמרא אסור מן התורה אזוי האבן פארשטאנען די מפרשים
 
דו טייטשסט פרועה אויפגעדעקט, מיין רשי אויף ופרע את ראש האשה זאגט סותר את קליעת שערה
 
דו טייטשסט פרועה אויפגעדעקט, מיין רשי אויף ופרע את ראש האשה זאגט סותר את קליעת שערה
רש״י אין חומש זאגט טאקע אזוי
אבער אין די גמרא זאגט ער נישט אזוי , און אלע לערנען אז עס מיינט גילוי שערות הראש בלי כיסוי
דרך אגב דער אבן עזרא איז מפרש - יגלה, ולפי דעתי יוציא פרע ראשה שהיה מכוסה .
 
א בארטן איז נישט א רשות הרבים
 
סא א פרוי וואס שערט זיך די האר מעג גיין אויפגעדעקט?🤔🤔

כ'בין סתם נייגעריג...
 
  • שמייכל
רעאקציעס: Yesh
סא א פרוי וואס שערט זיך די האר מעג גיין אויפגעדעקט?🤔🤔

כ'בין סתם נייגעריג...
זעהט אויס פון רש״י צוויי טעמים פאר כיסוי ראש באשה,א. ווייל עס איז א חוסר צניעות זיך צו ווייזען
מיט די האר פאר מענער ווייל עס ערוועקט תאוה
ב. עס איז גלאט א ציווי אז א פרויענצימער זאל נישט
גיין בגילוי ראש,אזוי ווי אונז וויסן ביי א מאנספערזאן
לויט א. וועט ביי א גיגאהלטן קאפ נישט זיין קיין חיוב
כיסוי . לויט טעם ב. וועט יא זיין א חיוב כיסוי ראש.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top