‎באנדאַזש vs שורש-היילונג, משה רבינו׳ס דזשורני, און א לעקציע לדורות.

די דזשורני פון משה רבינו א לעקציע לדורות

אין דער מעשה פון משה רבינו’ס יוגנט ווי עס איז דערציילט אין ספר שמות זעט מען א וויכטיגע מאמענט וואס ווייזט די רעזולטאטן פון א טעמפארערע סעלושאן ווען מען גייט נישט צום שורש. משה’ס אימפולסיווע מעשה פון הרגענען א מצרישער שלעגער געטריבן דורך זיין רחמנות און ישרות איז ווי א באַנדאַדזש־צוגאַנג וואס גרייפט נישט אן די ברייטערע סיסטעם פון אונטערדריקונג. דער רעזולטאט דערפון איז ווי אראפדריקן א פראבלעם אין איין ארט נאר בכדי די פראבלעם זאל אויפשפרינגען ערגעץ אנדערש פיל שטערקער. דאס צווינגט משה צו אנטלויפן און ער באגרייפט דערנאך דעם טשאלאנדזש אז נאר א היילונג ביים שורש איז א ענדגילטיגע היילונג. דורך קוקן שליסל־פסוקים פון שמות זעהן מיר משה’ס וועג פון א אימפולסיווע איינצעל־אַקט צו א ענדגילטיגע באפרייונג פון גאנץ כלל ישראל.

משה רבינו’ס מיסיע אנהייב: זען די פיין פון גאנץ כלל ישראל

משה’ס ערשטע באגעגעניש מיט זיין פאלקס פיין ווערט געבראכט אין שמות ב יא — ויצא אל אחיו וירא בסבלותם. דאס לשון סבלותם מיינט א לשון רבים די צרות פון גאנץ כלל ישראל. משה ווערט קאנפראנטירט מיט דער סיסטעמאטישער אונטערדריקונג פון זיין פאלק אבער זיין ענטפער איז באגרענעצט בלויז צו דער עוולה וואס ער זעט מיט זיינע אויגן

א באַנדאַדזש

משה’ס רעאקציע ווערט באשריבן אין שמות ב יא–יב — וירא איש מצרי מכה איש עברי… ויך את המצרי. פאקוסירט אויף אן איינצעלע פאל פון גרויזאמקייט טוט משה אן אימפולסיוון שריט און הרג’עט די מצרי. דאס איינצעלע שריט איז ווי א באַנדאַדזש א צייטווייליגע סעלושאן וואס נעמט נישט צום קאור־פראבלעם

די שוואכקייט פון באהאַלטונג

די שוואכקייט פון משה’ס צוגאנג ווערט קלאר אין שמות ב יב — ויטמנהו בחול. דורך באהאַלטן דעם גוף פרובירט משה אפצוהאַלטן די קאנסעקווענצן פון זיין אקט. אויב דאס וואלט געווען די ענדגילטיגע סעלושאן וואלט ער געדארפט גיין ווייטער און הרגענען אלע מצריים פארוואס דעמאלט זיך פארנעמען מיט באהאַלטן דעם טויטן גוף אויב דאס איז די סעלושאן

די פראבלעם שפרינגט ערגעץ אנדערש פילפאכיג - אויפדעקונג און אנטלויפן

די קאנסעקווענצן פון משה’ס באַנדאַדזש־אַקט קומען גיך ארויס ערגעץ אנדערש. אין שמות ב יד — הלהרגני אתה אמר כאשר הרגת את המצרי. די אויפדעקונג פון זיין אקט ווייזט די פעלער פון זיין צוגאנג. דורך אראפדריקן די אקט ויטמנהו בחול מאכט משה נאר אז די פראבלעם שפרינגט ארויף ערגעץ אנדערש פילפאכיג שטערקער ווייל זיין אקט ווערט באוווסט און זיין מיסיע ווערט אוממעגליך צו פירן ווייטער. ווי עס שטייט שמות ב טו — וישמע פרעה… ויברח משה. משה’ס אנטלויף קיין מדין ווייזט אויף דעם סוף פון זיין ערשטע ביסל עסקנות וואס ער האט יא געטון. אין זיין נישט־זיין אין מצרים לאזט ער איבער די אידן אן קיין שום העלפער

גלות - השגות, אין די ענדגילטיגע סעלושאן

משה’ס גלות אין מדין ווערט א צייט פון השגה ווי ער דערלערנט זיך אז אראפדריקן איין חלק פון א פראבלעם קען נישט צעשטערן די גאנצע פראבלעם. עס שטופט עס נאר אפ און מאכט עס אבער פיל ערגער. אין ער באגרייפט אז א פולקאמער סעלושאן פאסירט נאר ווען מען כאפט אן א פראבלעם ביים שורש. ווי געזאגט אין שמות ג ז–י — ראה ראיתי את עני עמי… והוצא את עמי בני ישראל ממצרים — נישט ווי זיין פריערדיקער באַנדאַדזש־אַקט נאר אויף דער גאנצער סיסטעם פון די אונטערדריקונג. משה פארשטייט יעצט אז אראפדריקן איין סימפטאם פון א אישו מאכט נאר אז עס קומט ארויס אנדערש. אין א סעלושאן צו א פראבלעם, דארף א גאנצער צוגאנג דיירעקט צום שורש פונעם פראבלעם, אין וואס ענדיגט זיך טאקע ווי ער לייזט אויס גאנץ כלל ישראל אלע אויפאמאל.

לעקציע

א באנדאדזש אין טיילענאול העלפט טאקע אויף די מינוט, אבער עס מאכט די סיטואציע פיל ערגער, מען דארף גלייך גיין צום שורש פון א פראבלעם אויב דיין ציל איז עס צו פארעכטן

א גוט שבת!
 
לעצט רעדאגירט:
רוב מעדעליטיס גייען נישט עכט צום שורש אפילו טיפע טערעפיס ווי emdr מיט ifs גייען אויך נישט עכט צום שורש שורש
 
ביטע זיי מסביר וואס וואלט געווען א שורש וואס מ'רירט נישט אהן?
 
אפשר קומסטו אריין אונז 'באלייכטן' וואספארא modality גייט יא צום שורש; און אזוי אויך פון וועלכע שורש דו רעדסט?
 
איך בין נישט זיכער וועלכע מאדעליטי טוט עס יא אבער בכל אופן דארף מען גיין צום סאבקאנטשעס

איך האב געטון זייער אסאך מעדעליטיס אין מיין לעבן ביי קיינעם האב איך נישט געזעהן אזא טיפקייט ווי coherence therepy
 
לעצט רעדאגירט:
ביטע זיי מסביר וואס וואלט געווען א שורש וואס מ'רירט נישט אהן?
למשל ווען מען דילט מיט לוי סעלף עסטיעם וועלן זיך רוב טערעפיסטען דערגינטעווען אינעם טיפקייט וואס האט געמאכט דער מענטש האבן לוי סעלף עסטיעם למשל וועט ארויסקימען אז אלטס קינד האט עים איינער געבאדערט ווי למשל זיינע עלטערן אדער מלמדים אדער חברים און בום די טערעפיסט מיינט אז אה מען האט געכאפט דעם שורש... אבער ניין די שורש איז מער אינערליך אינעם קינד עסענס פילט ער גארנישט ווערד לאו דווקא וועגן זיינע עלטערן די עפיסאד מיט זיינע עלטערן גיסט נאר אויל צום פייער אבער די פייער אליינס איז עס נישט.
 
די דזשורני פון משה רבינו א לעקציע לדורות

אין דער מעשה פון משה רבינו’ס יוגנט ווי עס איז דערציילט אין ספר שמות זעט מען א וויכטיגע מאמענט וואס ווייזט די רעזולטאטן פון א טעמפארערע סעלושאן ווען מען גייט נישט צום שורש. משה’ס אימפולסיווע מעשה פון הרגענען א מצרישער שלעגער געטריבן דורך זיין רחמנות און ישרות איז ווי א באַנדאַדזש־צוגאַנג וואס גרייפט נישט אן די ברייטערע סיסטעם פון אונטערדריקונג. דער רעזולטאט דערפון איז ווי אראפדריקן א פראבלעם אין איין ארט נאר בכדי די פראבלעם זאל אויפשפרינגען ערגעץ אנדערש פיל שטערקער. דאס צווינגט משה צו אנטלויפן און ער באגרייפט דערנאך דעם טשאלאנדזש אז נאר א היילונג ביים שורש איז א ענדגילטיגע היילונג. דורך קוקן שליסל־פסוקים פון שמות זעהן מיר משה’ס וועג פון א אימפולסיווע איינצעל־אַקט צו א ענדגילטיגע באפרייונג פון גאנץ כלל ישראל.

משה רבינו’ס מיסיע אנהייב: זען די פיין פון גאנץ כלל ישראל

משה’ס ערשטע באגעגעניש מיט זיין פאלקס פיין ווערט געבראכט אין שמות ב יא — ויצא אל אחיו וירא בסבלותם. דאס לשון סבלותם מיינט א לשון רבים די צרות פון גאנץ כלל ישראל. משה ווערט קאנפראנטירט מיט דער סיסטעמאטישער אונטערדריקונג פון זיין פאלק אבער זיין ענטפער איז באגרענעצט בלויז צו דער עוולה וואס ער זעט מיט זיינע אויגן

א באַנדאַדזש

משה’ס רעאקציע ווערט באשריבן אין שמות ב יא–יב — וירא איש מצרי מכה איש עברי… ויך את המצרי. פאקוסירט אויף אן איינצעלע פאל פון גרויזאמקייט טוט משה אן אימפולסיוון שריט און הרג’עט די מצרי. דאס איינצעלע שריט איז ווי א באַנדאַדזש א צייטווייליגע סעלושאן וואס נעמט נישט צום קאור־פראבלעם

די שוואכקייט פון באהאַלטונג

די שוואכקייט פון משה’ס צוגאנג ווערט קלאר אין שמות ב יב — ויטמנהו בחול. דורך באהאַלטן דעם גוף פרובירט משה אפצוהאַלטן די קאנסעקווענצן פון זיין אקט. אויב דאס וואלט געווען די ענדגילטיגע סעלושאן וואלט ער געדארפט גיין ווייטער און הרגענען אלע מצריים פארוואס דעמאלט זיך פארנעמען מיט באהאַלטן דעם טויטן גוף אויב דאס איז די סעלושאן

די פראבלעם שפרינגט ערגעץ אנדערש פילפאכיג - אויפדעקונג און אנטלויפן

די קאנסעקווענצן פון משה’ס באַנדאַדזש־אַקט קומען גיך ארויס ערגעץ אנדערש. אין שמות ב יד — הלהרגני אתה אמר כאשר הרגת את המצרי. די אויפדעקונג פון זיין אקט ווייזט די פעלער פון זיין צוגאנג. דורך אראפדריקן די אקט ויטמנהו בחול מאכט משה נאר אז די פראבלעם שפרינגט ארויף ערגעץ אנדערש פילפאכיג שטערקער ווייל זיין אקט ווערט באוווסט און זיין מיסיע ווערט אוממעגליך צו פירן ווייטער. ווי עס שטייט שמות ב טו — וישמע פרעה… ויברח משה. משה’ס אנטלויף קיין מדין ווייזט אויף דעם סוף פון זיין ערשטע ביסל עסקנות וואס ער האט יא געטון. אין זיין נישט־זיין אין מצרים לאזט ער איבער די אידן אן קיין שום העלפער

גלות - השגות, אין די ענדגילטיגע סעלושאן

משה’ס גלות אין מדין ווערט א צייט פון השגה ווי ער דערלערנט זיך אז אראפדריקן איין חלק פון א פראבלעם קען נישט צעשטערן די גאנצע פראבלעם. עס שטופט עס נאר אפ און מאכט עס אבער פיל ערגער. אין ער באגרייפט אז א פולקאמער סעלושאן פאסירט נאר ווען מען כאפט אן א פראבלעם ביים שורש. ווי געזאגט אין שמות ג ז–י — ראה ראיתי את עני עמי… והוצא את עמי בני ישראל ממצרים — נישט ווי זיין פריערדיקער באַנדאַדזש־אַקט נאר אויף דער גאנצער סיסטעם פון די אונטערדריקונג. משה פארשטייט יעצט אז אראפדריקן איין סימפטאם פון א אישו מאכט נאר אז עס קומט ארויס אנדערש. אין א סעלושאן צו א פראבלעם, דארף א גאנצער צוגאנג דיירעקט צום שורש פונעם פראבלעם, אין וואס ענדיגט זיך טאקע ווי ער לייזט אויס גאנץ כלל ישראל אלע אויפאמאל.

לעקציע

א באנדאדזש אין טיילענאול העלפט טאקע אויף די מינוט, אבער עס מאכט די סיטואציע פיל ערגער, מען דארף גלייך גיין צום שורש פון א פראבלעם אויב דיין ציל איז עס צו פארעכטן

א גוט שבת!
די שנירל איז געטראגן געווארן אול דעי וועי צו מענטעל העלט. אבער אין אמת׳ן קען מען ברענגען צענדליגע קעזשועל משלים. כ׳וועל געבן איינס: דהיינו, א ארבעטער מיט א בעה״ב. דער ארבעטער האלט אז ער ארבעט זיך איבער, און ס׳קומט זיך אים א רעיס. דער בעה״ב ווידעראום, אדער האלט ער בשיטה נישט פון קיין רעיס׳עס, אדער גאר האלט ער פונקט די פארקערטע — אויף דעם ארבעטער, אז ער קומט נישט נאך דאס ביסל ארבעט וואס ער דארף יא אויספילן. אין די פראבלעם שטעלט זיך ארויס ווען דער ארבעטער פרובירט ברמיזה, אדער ווען דער בעה״ב פרובירט צו ענטפערן ברמיזה, אין ביז איין טאג, אויפאמאל ברעכט אויס אן עקספלאזשן. אין די רעשט ווערט היסטוריה.
 
Back
Top