רבי שמואל ניימאן שליט"א

״די אידילאגיע פון ינאי״ איז בכלל נישט עפעס וואס פיט אריין אין די אנטוויקעלטע וועלט,אויב קען מען איהם צוגלייכען צו א מוסטער פון א מושל בדורינו וואלט ער וועהן גיווארען צו גיפאסט -צו פוטין אדער זי - ער איז גיוועהן א כובש און א דיקטאטור, וואס האט אלעס געטהון אהן א פארלימענטישע באראטהונגען ( ווי די סנהדרין בימיו ) און אין דער ענדע איז דורך זיינער קארופטירטע פאליטיק, אלעס אהנגיקומען צו די רוימער,איז אפשר קענסטו מסביר זיין מיט וואס דו ביסט אזוי אנטציקט פון ינאי׳ס אידעלאגיע ,
אמר אביי הוא ינאי הוא יוחנן
צדיק שיינס איך ווייס.

אבער די ליין וואס ער האט געזאגט איז נאך אלס אמת אין זיין פלאץ, גארנישט מיט זיינע אגרעסיוו עקשנס, און פרימיטיווע וועגן, איך האב געמאכט א פוינט וואס דו האסט אינגאנצן נישט געכאפט, אפשר האב איך נישט אזוי קלאר זיך מסביר געווען. די יסוד פון יודאיזם איז גענוג שטארק, אז מ'דארף נישט קיין תורה און קיין מסורה, מ'קען זיך פירן קולטוריש אידיש אויך און עס נעמען לייכט.


נישט אז מ'דארף הארגענען חכמים, ער האט אבער געמיינט עפעס מער.

וואס מיינסטו די קאנצעפט פון לעפט ענד רייט איז היינט געבוירן געווארן? ניין צדיק, ס'איז געווען אין גמרא'ס צייטן אזוי און אויך אזוי. אידן האבן אלס געהאט אלע סארטן. און נאר די לעצטע 20 יאר האט מען זיך גענומען שפילן א נייע געים אז ס'איז די פיפל ווס. שמואל ניימאן... לאל ניין ינאי המלך זאגט שוין אויך רילעקס, ס'וועט גארנישט געשעהן אז מ'וועט נישט האבן קיין חכמים אויטאריטי, אידישקייט וועט נאך זיין ...

יעצט צו דיין קאמענט, אין א צייט פון רעליגיע טעאקרעסי מאכט אסאך סענס אז עס האט טאקע אים נישט געשמעקט אז ער דארף ענטפערן צו די סנהדרין, אזוי ווי פאר טראמפ שמעקט נישט אז ער איז נישט די העכסטע און חשובס'טע איז ער געגאנגען פארברענט די קאנסטיטושן, ער איז בכלל נישט גורס די 3 ברענטשעס פון גאווערמענט און געמאכט שבת פאר זיך
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וויאזוי הייסן די פיל אפצושטופן די פיריעד?
 
איך האב געקוקט עטליכע פון די שובבים יוטוב ווידיאוס, עס איז מוראדיג!!! מאיר עינים!!
ווערד צי קוקן!!!
(אויך ווערד צי געבן פאר די ווייב צי זען געוויסע שטיקלעך 😉)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איינער האט שוין געזעהן זיינע שעורים אויף קדושת הבית? עס איז ווערט צו צאלן $400?
 
ר' שמואל, ווען מען פרעגט אים וועגן די מערכה אקעגן שלום בית שיעורים, מערקט ווי ער שמייכלט זיך אונטער און מעסט זיינע ווערטער...

Linked to the exact minute

View: https://youtu.be/2-xkLxN6pb8?si=xEdWPuvzIy-p_73j&t=158
 
לעצט רעדאגירט:
ר' שמואל, ווען מען פרעגט אים וועגן די מערכה אקעגן שלום בית שיעורים, מערקט ווי ער שמייכלט זיך אונטער און מעסט זיינע ווערטער...

Linked to the exact minute

View: https://youtu.be/2-xkLxN6pb8?si=xEdWPuvzIy-p_73j&t=158
ער האט נישט ארויס די זאך , ער פארופט זיך אז אין אייראפע האט מען נישט געדארפט לערנען ווייל עס זענען געוועהן דארט חיות און בהמות , יא די תלמוד זאגט צניעות מחתול דרך ארץ מתרנגול , אבער די שיעורים איז דאך אסאך ברייטער פון די אקט אליינס
וואס איז אינדער אמת האט מען אין אייראפע אויך נישט יעדער געוואוסט,מען קען אפלעבן א לאנג לעבן און אז מען ווייסט נישט די פאונקשענס פון די פימעיל עראטישע
ראשי איברים? קומט מען נישט אהן געהעריג צו פולפילען די חיובי אישות,זעהט אויס אז הרב ניימאן קען אויך נוצען די שיעורים.
 
איך האב געהערט דעמאלטס, אז פרויען וואס האבן געהאט אלע מינע OCD שאלות האט ער באראיגט אז סאיז גוט און זיי זענען ריין.
ס'איז אן אפענעם רמב"ן אז מ'זאל מיקל זיין ווען א פרוי האט ספיקות
כ'גיי ברענגען די מקור נאך שבת
גוט שבת
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'איז אן אפענעם רמב"ן אז מ'זאל מיקל זיין ווען א פרוי האט ספיקות
כ'גיי ברענגען די מקור נאך שבת
גוט שבת
די תלמוד אין בבא מציעא ברענגט אויף די מעלות פון רבי אלעזר בן רבי שמעון אז ווען ער איז צוריקגעקומען אין בית המדרש, נאך וואס ער האט געדינט א שטיק צייט פאר די מלכות אלץ פאליציי צו כאפן גנבים, אז ער האט זיך פארנומען מיט זאגן הוראות אין שאלות פון דם נדה, האט מען איהם געברענגט 60 מיני שאלות פון דם, און ער האט אלע מטהר געוועהן.

זענען געווען פרומע וואס האבן מרנן געווען אויב עס איז נישטא עפעס דם טמא צווישן זיי, האט ער געזאגט אזוי, אויב האב איך גוט גע'פסק'נט זאלן אלע קינדער וואס ווערן געבוירן פון מיינע פסקים זיין זכרים, און די גמ' פירט אויס, עס זענען געבוירן זכרים, און מען האט פאר די קינדער א נאמען געגעבן "אלעזר" לכבודו.

עס איז א דבר גדול מטהר זיין אשה לבעלה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לדעתי לוינט עס נישט.
זכו איז לכאורה פיל בעסער
אבער ביי זכו איז די שיעורים עקסטער פאר מענער און פרויען, דאס מיינט אז אויב וויל איך מיין ווייב זאל עס אויך הערן גיי איך דארפן צאלן $600, משע"כ ביי אים איז עס איין שיעור פאר ביידע.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top