פאַסטן און פארפרומקייט

עס איז בעצם א גיטע ווידיאו שכך פארן ברענגען

איך בין מחינוך געווארן אז טון אלע מצוות וועט ברענגען משיח
ווי האט ער פראשטאנען אז צי פארשפרייטן קיינדנעס אז די זאך ?
זיין גיט צי יעדעם איז פארשטייט זיך זייער א גיטע זאך אבער ווער זאגט אז זיין גיט
צי יעדעם, איז "די" זאך ?
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז בעצם א גיטע ווידיאו שכך פארן ברענגען

איך בין מחינוך געווארן אז טון אלע מצוות וועט ברענגען משיח
ווי האט ער פראשטאנען אז צי פארשפרייטן קיינדנעס אז די זאך ?
זיין גיט צי יעדעם איז פארשטייט זיך זייער א גיטע זאך אבער ווער זאגט אז זיין גיט
צי יעדעם, איז "די" זאך ?
איך האב נאר געפרעגט צו ער רעדט צו דיר זאך בלשון שאלה. נישט געמאכט קיין סטעיטמענט.
 
The ignorance is 🤮
דער cycle פון האלטן אז אט אט קומט משיח גייט שוין אן פאר 3.5 טויזענט יאר.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה פאר אזוי פיל מענטשן איז די איינציגסטע נחמה געווען אז משיח איז ביים שוועל, ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם, און ס‘איז איינע פון די סיבות פארוואס אזוי פיל מענטשן האבן פארלוירן די אמונה נאכדעם.

דער געים האט זיך איבער געשפיעלט יעדע מאל ס'איז געווען שוועריגקייטן, און אוקטובר 7 איז נאר א משל פון אנדערע זאכן וואס כלל ישראל איז אדארך, אבער דאס מאל איז עס עכט!

וואס וועט זיין טאמער משיח וועט נישט דא זיין אין יאר 2050?

אבער פון די צווייטע זייט דאס איז וואס האט אונז געגעבן האפענונג און resilience דארך די אלע דורות.

און משיח איז נישט נאר א יידישע concept נאר כמעט יעדער רעליגיע און ס'איז אין כמעט אין אלע mystical teachings מיטן זעלבע מהלך פון apocalypse און דערנאך משיח.

אבער ס'איז נישט א פולער שקר ווייל ס'האט א שטארקע אמת אין פסיכאָלאָגיע און spirituality, ס'איז א אינערלעכע און קאסמאלאגישע דערגרייכונג וואס דער מענטשהייט שטרעבט אויף א פלאץ פון peace און unity.

און א הכרה און עקפעריענס וואס א מענטש קען אנקומען צו א פלאץ פון גאנצקייט אין זיך, און ס'קומט טאקע אייביג נאך א אינעווייניגסטע apocalypse, און דערנאך שפירט ער דער שיינקייט און רוהיגקייט אפילו פון צער און יסורים, ער נעמט אריין אין זיך די חלקים וואס קוקט נישט אויס שיין און זיס, און לאזט זיך אריין אין דעם און נעמט עס אן, און זעט ווי דאס איז גאר די זאך וואס מאכט אונז פאר מענטשן, נישט די perfection נאר די מעלות מיט חסרונות, די ווייטאג מיט די פריילעכקייט.

ער הייבט אן שפירן אז ס'איז דא עפעס גרעסער ווי זיך, ער איז געטליך און זיין צער און עקפעריענס איז די צער פונעם universe און דארך עם קען די universe אנקומען צו פלאץ פון גאנצקייט, און דאס איז זיין חלק וואס ער נעמט מיט און געבט פאר די entirety פון די universe.

דעמאלס איז נישטא קיין אינערלעכע מלחמה ווייל זיינע חסרונות זיין ווייטאג זיינע מעלות און זיין העכערקייט אלעס לעבט צוזאמען מיט אמת'ע ליבשאפט, אלעס איז הייליג און אלעס איז הערליך און איז די זעלבע חשוב, און איז וואס מאכט עם גאנץ.

ער זעט זיך ווי א לויטערע נשמה א מענטשליכע גייסט וואס מוטשעט זיך אפ און וואקסט און בליעט, און די זעלבע אין אנדערע, ער שפירט ווי אלעס איז מחובר, און אונטער די מחיצות פון פיינטשאפט זענען מיר אלע גייסטן וואס שטרעבן פאר די זעלבע זאך און קומען פון די זעלבע פלאץ.

ס‘איז אזוי ווי צוריק אין די גן עדן וואס ס'איז מער נישטא קיין מלחמות נישטא קיין פיינטשאפט אין זיך, און אלעס ארום איז פשוט noise פון די מחיצות וואס פארשטעלן דאס.

נישט אז ס'איז מער נישטא קיין ליידן נישט אז ס'איז מער נישטא קיין חסרונות נאר ווייל ער זעט די שיינקייט אין די עכטע נאטור פון דעם מענטשהייט און די universe וואס גייט אדארך שוועריגקייטן צו זיין מער אויף, צו וואקסן מער און שטרעבט אויף עפעס מער, זיין מחובר, מחובר צו זיך, מחובר צו די eternal, און זיין גאצץ און אייניג.

דאס איז די בענקשאפט פון זיך צוריקקערן צו זיך און לעבן משיח'ס צייטן עלי אדמות.

דאס איז ווי אזוי איך שפיר.
 
פארוואס ווען און א יום טוב וואס מען עסט און מען טרינקט מען דארף שאשקענען עד דלא ידע פרעגט קיינער נישט אזאך וואס איז געשען צוויי טויזנט יאר צירוק סעלעברעט מען? אינטערסאנט אז נאר ביי תשעה באב איז די נושא עס איז געשען צוויי טויזנט יאר צירוק, פסח שבועות סכות פורים חנוכה?? אלעס האט בערך די זעלבע קעלענדער איז פארוואס שטעלט מען זיך אפ ת''ב

די פשוטע תירוץ איז ווייל אויב איך מעג עסן גיי מיך אן רעטעך פארוואס , בקיצור איך בין מסודר אבער ווען איך קען נישט טרינקען מיין קאפי צופרי מוז מען עס מסביר זיין

אבער איך קען גענוג חברה וואס טוהן סיי ווי וואס ווילן אגאנץ יאר נאר ת''ב רעדט מען פון צוויי טויזנט יאר צירוק
אלעס וואס די טוסט נישט איז אלעס וועגן צווי דריי טויזנט יאר צירוק
איך בין הינגעריג יעצט סאו איך ענדיגען דא , איין אבזעוואציע איז בעל כרחו יענה אמן סאיז למעשה צוויי טויזנט יאר און (אידן ואני בתוכם )זיצט נאכאמאל אויפן פלאר און מען קלאגט פארשטייט זיך איך קלאג נישט אויף א בית המקדש איך האב עס קיינמאל נישט געזען ווי קען איך קלאגן אויך אזאך וואס איך האב נישט קיין השגה וואס איז אבער דאס איז קלאר אז מיר גייען זיך אויפשטעלן איין טאג, עכ''פ איך גלייב אזוי סאיז זיכער א געטליכע נצחוית'דיגע מציאות
 
די ווארט איז פונעם רוז'ינער,
תשעה באב, ווער קען עסן?
יו"כ, ווער דארף עסן?

ס'איז אינטערסאנט צו אנצייכענען, אז דער רוז'ינער איז אוועק אום ג' חשון נאכן זיך איינהאלטן פון אויספאסטן יו"כ.
View attachment 289
קיינער איז נישט שולדיג נאר דער רוזיניר אליין אז ער האט געפילט אזוי שלעכט פרעגט מען נישט א רב מען טוט וואס מען דארף.
 
Back
Top