פאַסטן און פארפרומקייט

עס איז בעצם א גיטע ווידיאו שכך פארן ברענגען

איך בין מחינוך געווארן אז טון אלע מצוות וועט ברענגען משיח
ווי האט ער פראשטאנען אז צי פארשפרייטן קיינדנעס אז די זאך ?
זיין גיט צי יעדעם איז פארשטייט זיך זייער א גיטע זאך אבער ווער זאגט אז זיין גיט
צי יעדעם, איז "די" זאך ?
 
לעצט רעדאגירט:

איך האב נאר געפרעגט צו ער רעדט צו דיר זאך בלשון שאלה. נישט געמאכט קיין סטעיטמענט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
The ignorance is 🤮
דער cycle פון האלטן אז אט אט קומט משיח גייט שוין אן פאר 3.5 טויזענט יאר.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה פאר אזוי פיל מענטשן איז די איינציגסטע נחמה געווען אז משיח איז ביים שוועל, ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם, און ס‘איז איינע פון די סיבות פארוואס אזוי פיל מענטשן האבן פארלוירן די אמונה נאכדעם.

דער געים האט זיך איבער געשפיעלט יעדע מאל ס'איז געווען שוועריגקייטן, און אוקטובר 7 איז נאר א משל פון אנדערע זאכן וואס כלל ישראל איז אדארך, אבער דאס מאל איז עס עכט!

וואס וועט זיין טאמער משיח וועט נישט דא זיין אין יאר 2050?

אבער פון די צווייטע זייט דאס איז וואס האט אונז געגעבן האפענונג און resilience דארך די אלע דורות.

און משיח איז נישט נאר א יידישע concept נאר כמעט יעדער רעליגיע און ס'איז אין כמעט אין אלע mystical teachings מיטן זעלבע מהלך פון apocalypse און דערנאך משיח.

אבער ס'איז נישט א פולער שקר ווייל ס'האט א שטארקע אמת אין פסיכאָלאָגיע און spirituality, ס'איז א אינערלעכע און קאסמאלאגישע דערגרייכונג וואס דער מענטשהייט שטרעבט אויף א פלאץ פון peace און unity.

און א הכרה און עקפעריענס וואס א מענטש קען אנקומען צו א פלאץ פון גאנצקייט אין זיך, און ס'קומט טאקע אייביג נאך א אינעווייניגסטע apocalypse, און דערנאך שפירט ער דער שיינקייט און רוהיגקייט אפילו פון צער און יסורים, ער נעמט אריין אין זיך די חלקים וואס קוקט נישט אויס שיין און זיס, און לאזט זיך אריין אין דעם און נעמט עס אן, און זעט ווי דאס איז גאר די זאך וואס מאכט אונז פאר מענטשן, נישט די perfection נאר די מעלות מיט חסרונות, די ווייטאג מיט די פריילעכקייט.

ער הייבט אן שפירן אז ס'איז דא עפעס גרעסער ווי זיך, ער איז געטליך און זיין צער און עקפעריענס איז די צער פונעם universe און דארך עם קען די universe אנקומען צו פלאץ פון גאנצקייט, און דאס איז זיין חלק וואס ער נעמט מיט און געבט פאר די entirety פון די universe.

דעמאלס איז נישטא קיין אינערלעכע מלחמה ווייל זיינע חסרונות זיין ווייטאג זיינע מעלות און זיין העכערקייט אלעס לעבט צוזאמען מיט אמת'ע ליבשאפט, אלעס איז הייליג און אלעס איז הערליך און איז די זעלבע חשוב, און איז וואס מאכט עם גאנץ.

ער זעט זיך ווי א לויטערע נשמה א מענטשליכע גייסט וואס מוטשעט זיך אפ און וואקסט און בליעט, און די זעלבע אין אנדערע, ער שפירט ווי אלעס איז מחובר, און אונטער די מחיצות פון פיינטשאפט זענען מיר אלע גייסטן וואס שטרעבן פאר די זעלבע זאך און קומען פון די זעלבע פלאץ.

ס‘איז אזוי ווי צוריק אין די גן עדן וואס ס'איז מער נישטא קיין מלחמות נישטא קיין פיינטשאפט אין זיך, און אלעס ארום איז פשוט noise פון די מחיצות וואס פארשטעלן דאס.

נישט אז ס'איז מער נישטא קיין ליידן נישט אז ס'איז מער נישטא קיין חסרונות נאר ווייל ער זעט די שיינקייט אין די עכטע נאטור פון דעם מענטשהייט און די universe וואס גייט אדארך שוועריגקייטן צו זיין מער אויף, צו וואקסן מער און שטרעבט אויף עפעס מער, זיין מחובר, מחובר צו זיך, מחובר צו די eternal, און זיין גאצץ און אייניג.

דאס איז די בענקשאפט פון זיך צוריקקערן צו זיך און לעבן משיח'ס צייטן עלי אדמות.

דאס איז ווי אזוי איך שפיר.
 
פארוואס ווען און א יום טוב וואס מען עסט און מען טרינקט מען דארף שאשקענען עד דלא ידע פרעגט קיינער נישט אזאך וואס איז געשען צוויי טויזנט יאר צירוק סעלעברעט מען? אינטערסאנט אז נאר ביי תשעה באב איז די נושא עס איז געשען צוויי טויזנט יאר צירוק, פסח שבועות סכות פורים חנוכה?? אלעס האט בערך די זעלבע קעלענדער איז פארוואס שטעלט מען זיך אפ ת''ב

די פשוטע תירוץ איז ווייל אויב איך מעג עסן גיי מיך אן רעטעך פארוואס , בקיצור איך בין מסודר אבער ווען איך קען נישט טרינקען מיין קאפי צופרי מוז מען עס מסביר זיין

אבער איך קען גענוג חברה וואס טוהן סיי ווי וואס ווילן אגאנץ יאר נאר ת''ב רעדט מען פון צוויי טויזנט יאר צירוק
אלעס וואס די טוסט נישט איז אלעס וועגן צווי דריי טויזנט יאר צירוק
איך בין הינגעריג יעצט סאו איך ענדיגען דא , איין אבזעוואציע איז בעל כרחו יענה אמן סאיז למעשה צוויי טויזנט יאר און (אידן ואני בתוכם )זיצט נאכאמאל אויפן פלאר און מען קלאגט פארשטייט זיך איך קלאג נישט אויף א בית המקדש איך האב עס קיינמאל נישט געזען ווי קען איך קלאגן אויך אזאך וואס איך האב נישט קיין השגה וואס איז אבער דאס איז קלאר אז מיר גייען זיך אויפשטעלן איין טאג, עכ''פ איך גלייב אזוי סאיז זיכער א געטליכע נצחוית'דיגע מציאות
 
די ווארט איז פונעם רוז'ינער,
תשעה באב, ווער קען עסן?
יו"כ, ווער דארף עסן?

ס'איז אינטערסאנט צו אנצייכענען, אז דער רוז'ינער איז אוועק אום ג' חשון נאכן זיך איינהאלטן פון אויספאסטן יו"כ.
View attachment 289
קיינער איז נישט שולדיג נאר דער רוזיניר אליין אז ער האט געפילט אזוי שלעכט פרעגט מען נישט א רב מען טוט וואס מען דארף.
 
The ignorance is 🤮
דער cycle פון האלטן אז אט אט קומט משיח גייט שוין אן פאר 3.5 טויזענט יאר.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה פאר אזוי פיל מענטשן איז די איינציגסטע נחמה געווען אז משיח איז ביים שוועל, ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם, און ס‘איז איינע פון די סיבות פארוואס אזוי פיל מענטשן האבן פארלוירן די אמונה נאכדעם.

דער געים האט זיך איבער געשפיעלט יעדע מאל ס'איז געווען שוועריגקייטן, און אוקטובר 7 איז נאר א משל פון אנדערע זאכן וואס כלל ישראל איז אדארך, אבער דאס מאל איז עס עכט!

וואס וועט זיין טאמער משיח וועט נישט דא זיין אין יאר 2050?

אבער פון די צווייטע זייט דאס איז וואס האט אונז געגעבן האפענונג און resilience דארך די אלע דורות.

און משיח איז נישט נאר א יידישע concept נאר כמעט יעדער רעליגיע און ס'איז אין כמעט אין אלע mystical teachings מיטן זעלבע מהלך פון apocalypse און דערנאך משיח.

אבער ס'איז נישט א פולער שקר ווייל ס'האט א שטארקע אמת אין פסיכאָלאָגיע און spirituality, ס'איז א אינערלעכע און קאסמאלאגישע דערגרייכונג וואס דער מענטשהייט שטרעבט אויף א פלאץ פון peace און unity.

און א הכרה און עקפעריענס וואס א מענטש קען אנקומען צו א פלאץ פון גאנצקייט אין זיך, און ס'קומט טאקע אייביג נאך א אינעווייניגסטע apocalypse, און דערנאך שפירט ער דער שיינקייט און רוהיגקייט אפילו פון צער און יסורים, ער נעמט אריין אין זיך די חלקים וואס קוקט נישט אויס שיין און זיס, און לאזט זיך אריין אין דעם און נעמט עס אן, און זעט ווי דאס איז גאר די זאך וואס מאכט אונז פאר מענטשן, נישט די perfection נאר די מעלות מיט חסרונות, די ווייטאג מיט די פריילעכקייט.

ער הייבט אן שפירן אז ס'איז דא עפעס גרעסער ווי זיך, ער איז געטליך און זיין צער און עקפעריענס איז די צער פונעם universe און דארך עם קען די universe אנקומען צו פלאץ פון גאנצקייט, און דאס איז זיין חלק וואס ער נעמט מיט און געבט פאר די entirety פון די universe.

דעמאלס איז נישטא קיין אינערלעכע מלחמה ווייל זיינע חסרונות זיין ווייטאג זיינע מעלות און זיין העכערקייט אלעס לעבט צוזאמען מיט אמת'ע ליבשאפט, אלעס איז הייליג און אלעס איז הערליך און איז די זעלבע חשוב, און איז וואס מאכט עם גאנץ.

ער זעט זיך ווי א לויטערע נשמה א מענטשליכע גייסט וואס מוטשעט זיך אפ און וואקסט און בליעט, און די זעלבע אין אנדערע, ער שפירט ווי אלעס איז מחובר, און אונטער די מחיצות פון פיינטשאפט זענען מיר אלע גייסטן וואס שטרעבן פאר די זעלבע זאך און קומען פון די זעלבע פלאץ.

ס‘איז אזוי ווי צוריק אין די גן עדן וואס ס'איז מער נישטא קיין מלחמות נישטא קיין פיינטשאפט אין זיך, און אלעס ארום איז פשוט noise פון די מחיצות וואס פארשטעלן דאס.

נישט אז ס'איז מער נישטא קיין ליידן נישט אז ס'איז מער נישטא קיין חסרונות נאר ווייל ער זעט די שיינקייט אין די עכטע נאטור פון דעם מענטשהייט און די universe וואס גייט אדארך שוועריגקייטן צו זיין מער אויף, צו וואקסן מער און שטרעבט אויף עפעס מער, זיין מחובר, מחובר צו זיך, מחובר צו די eternal, און זיין גאצץ און אייניג.

דאס איז די בענקשאפט פון זיך צוריקקערן צו זיך און לעבן משיח'ס צייטן עלי אדמות.

דאס איז ווי אזוי איך שפיר.
די שרייבסט אינמיטן ווי איינער זעט זיך אלץ א לויטערע נשמה
איך האב פארשטאנען פון דיר אז די גלייבסט נישט אין גאט און אלעס איבער אים ווי למשל נשמות גן עדן
וואס פשט די שרייבסט עס ?
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די שרייבסט אינמיטן ווי איינער זעט זיך אלץ א לויטערע נשמה
איך האב פארשטאנען פון דיר אז די גלייבסט נישט אין גאט און אלעס איבער אים ווי למשל נשמות גן עדן
וואס פשט די שרייבסט עס ?
פארוואס נעמסטו אן אז וויבאלד איך גלייב נישט אין די רעליגיעזער דארטערין גלייב איך נישט אין קיין גאט אדער אין עפעס א divine nature וואס געפינט זיך אין די יוניווערס?

איך קען נישט זאגן וואס גאט איז, מיך זעט נישט אויס אז ס'איז א סארט being, אבער עפעס א Divine נאטור איז דא אין די יוניווערס, הגם מ'קען עס נישט אויפווייזן אבער ס'זיכער לעבט אין אונזער Psyche אלס א מציאות.

מענטשן זענען געקומען און געמאכט פון דעם רעליגיעס און גענומען געדאנקען וואס שפירט אמת צו אונזער מח און מיט דעם hijacked מענטשן צו זיי נאכפאלגן.
 
די רעליגיעס זאגן אז זייערע גרינדער האבן גיהאט א התגלות, א גאטליכע השפעה וואס האט זיך אנטפלעקט צו זיי מיט א מעסעדזש פאר די מענטשהייט, עס איז טאקע פארפעטשט עס צו גלויבן, אבער די יוניווערס אליינס ווי גרויס עס איז, און עס פאנקשנט און גייט אהן, איז מער וואונדער, ווי א נבואה׳לע, און עס איז עולה על הדעת אז דער סופער כוח פון באשאפונג , וואס אונז רופן גאט, האט זיך אנטפלעקט פאר איינעם וואס איז ראוי לכך, צו דעליווערן זיינע קאמענדס, מען קען עס נישט סתם אוועק מאכן , דאס איז שייך ביי אלע רעליגיעס
די יידישע רעליגיע האט א מעלה מיט אן עקסעפשינל עקספיריענס, לויט די מסורה, אז זי איז גיגעבן גיווארן, מיט א התגלות אלוהות, אין פראנט פון כלל ישראל אנשים נשים וטף, איז אויב גלייבט מען אין דעם (עס איז נישט דא פרוף נישט צוגלייבן) איז מיט קאמאן סענס, מסתבר אז בעיסיקעלי, איט בעהאוווס יו טו פאללאו די קאמענדמענטס.
 
The ignorance is 🤮
דער cycle פון האלטן אז אט אט קומט משיח גייט שוין אן פאר 3.5 טויזענט יאר.
לויט אקאדעמיקער האט נאכנישט עקזיסטירט אזא קאנצעפט ווי משיח דריי און א האלב טויזנט יאר צוריק, נאר ערשט מיט קרוב צו טויזנט יאר שפעטער, אין די צייטן פון ישעיהו

אין דעם וואונדערליכן בוך איז פרופ׳ ישראל קנאָל מסביר וויאזוי די גאנצע באגריף פון משיח איז געשאפן געווארן:

ישעיהו איז געווען זייער אנטוישט פון די קעניג פון יהודה, ממילא האט ער אינווענטעד אזא איידיע פון אן אידילישער קעניג אין דער צוקונפט.
און אזוי איז דער געדאנק פון משיח געבוירן געווארן
 
עס קען זיין אז ישעיה איז דער נביא אויף משיח פון זיין צייט ביז היינט איז ארום דריי טויזנט יאהר גיוו אר טעיק
 
ביי חסידים פאסט מען נישט קיין הוספת תעניתים אין די עשרת ימי תשובה, מען קען תשובה טהון און געהעריג עסן, דער וואס פאסט איז יצא שכרו בהפסדו, ער דארף דאך מעלה זיין ניצוצות אין די אכילה ושתיה וואס ווארטן אויף א תיקון מיט א ברכה, אין איינוועגס איז ער זיך אליינס אויך מתקן, ווייל מיט א הונגער און דארשט קען מען נישט פארשטיין וואס תוספות וויל זאגן.
 
Back
Top