קורץ און שארף...

פרעג נישט קיין עצות - פון איינעם וואס האט קוים א אהנונג אין די נושא וואס אינטרעסירט דיר.

פונקט ווי דו וואלסט קיינמאל נישט געבעטן אנווייזונגען אין וועג (דיירעקשנס), פון איינעם וואס איז נאכנישט פריער געווען אויף דעם פלאץ וואו דו האפסט אנצוקומען.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • E4628E87-85C6-47A1-BCED-0B46A4222582.jpeg
    E4628E87-85C6-47A1-BCED-0B46A4222582.jpeg
    600.3 KB · געזען: 28
ווען כ'האב אויפגעהערט זיך באשולדיגן "פארוואס בין איך אזוי פויל?" און אנשטאט דעם אנגעהויבן זיך פרעגן: פארוואס דארף איך יעצט עקסטערע רוה? דעמאלס האט פלוצלונג מיין מענטל העלט אנגעהויבן אסך זיך פארבעסערן
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 8DBE9CEF-019E-4681-9956-A3C0C4FCCAF7.jpeg
    8DBE9CEF-019E-4681-9956-A3C0C4FCCAF7.jpeg
    161.6 KB · געזען: 14
⭐️ ווען דו קריגסט זיך מיט דיינע געפילן און ווילסט זיי אוועקשטופן, ווערן זיי גאר שטערקער און האלטן לענגער אָן
ווען דו נעמסט זיי אויף מיט ליבאפט, קענען זיי דורכגיין

⭐️מנוחת הנפש קומט נישט פון פטור ווערן פון געפילן
ס׳איז א תוצאה פון אננעמען און זיך אקצעפּטן
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 8606F525-0262-4FF4-872D-83F98B57B1B5.jpeg
    8606F525-0262-4FF4-872D-83F98B57B1B5.jpeg
    92.2 KB · געזען: 13
נישט אזוי קורץ, אבער איך האף דו וועסט הנאה האבן:

ווען מענטשן ווילן נישט האבן מיטגעפיל מיט א צווייטן
איז דא אזעלכע וואס ווילן זאגן: איך האב זיך אויך געמוטשעט און געליטן פון דעי אומרעכט, און ס'האט מיר גארנישט געשאדט...
איי, פון וואו נעמסטו א ראי' אז ס'האט דיר טאקע נישט געשאדט?

ווען ער הערט וועגן א קינד וואס דער מלמד האט אים דערלאנגט א פראסק,
איז זיין רעאקציע: נישט קשה, מיר איז אויך געשעהן אזעלכע זאכן און ס'נישט אזוי געפערליך...

וואונטשן די אייגענע אומגליקן אויף אנדערע, איז אייגנטליך פארקערט פון "נישט געשאדט"

די נארישע אויסרייד: 'שווערע מצבים בויען א שטארקע כאראקטער' האט א תנאי:

די איינציגע וועג וויאזוי ס'קען דיר באמת מאכן שטערקער איז ווען דו האסט די הילף עס צו היילן, און ווען א מענטש ווייזט ארויס א קאלטבלוטיגקייט איז זייער קלאר אז ער האט זיך בכלל נישט געהיילט

די פאנטאזיע אז א מענטש קען זיין שטארק איינער אליין האט שוין געברענגט אומצאליגע חורבנות. מיר האבן נאר די מעגליכקייט זיך צו שטארקן ווען מ'האט די ריכטיגע סופארט. אויב מ'פילט זיך אליין האט מען נישט די מעגליכקייט צו פּראָסעסן וואס האט פאסירט.

דעי לינק לייג איך דא בעיקר וועגן זיין קאמענט וואס ער מאכט אינמיטן:
וואס מאכט די חילוק צווישן ווערן טראמאטיזירט אדער ווערן שטערקער פון די שווערע איבערלעבענישן? - ווען מ'האט די מעגליכקייט עס צו פּראסעסן.
מיר אלע דארפן הילף איינער פון אנדערן. קיינער קען עס נישט טון אליין.

קורץ און שארף?.mp4
 
"Gone is the era of boring expertise, welcome to the reign of exhilarating stupidity"



דאס שפיגלט אפ די שיפט צו די סאציאלע מידיע עידזש (און די טראמפ עפאכע), וואו עקספערטן, דזשערנאליסטן, עקאנאמיסטן און דאקטוירים, זענען אלע פעיק ניוס און בייעסד. אבער קאנספיראציעס, 'אייגענע ריסערטש', קאנפירמאציע בייעס, ליגנט און מיסאינפארמאציע, דאס איז אינטרעסאנטער, ווייל עס האט -צווישן די טויזענטער פאלשע אינפארמאציע- איינמאל מצליח געווען צו כאפן די עקספערטן ביי א טעות.. (סארי 6 מאל..)
 
ס׳דא מענטשן וואס טוען א ״האלבע ארבעט״ און ערווארטן די גאנצע ריזאלט…

אויב דו ביזט נישט גרייט זיך אריינצולייגן מיט׳ן גאנצן הארץ אין דיין ציל, לוינט זיך בעסער נישט אנצוהייבן… ווייל גוטע תוצאות קומען נישט ארויס פון ״אבּי געטון״
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 8460967F-47A9-4504-BD65-C6836BD067A9.jpeg
    8460967F-47A9-4504-BD65-C6836BD067A9.jpeg
    97.9 KB · געזען: 13
Just because
דו פארשטייסט נישט עפעס,
איז עס נאכנישט קיין ראי׳
אז ס׳נישט אמת.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • CF8310A0-433A-402B-8F77-7A1892B434AE.jpeg
    CF8310A0-433A-402B-8F77-7A1892B434AE.jpeg
    415.9 KB · געזען: 17
די צרה מיט א נארסיסיסט: אינדרויסן האט ער א פנים ווי א געוואלדיגער בעל מידות און ״גוטהארציגער״ וואס רעכנט זיך מיט יעדן און העלפט ארויס אסך. און אינדערהיים פירט ער זיך אויף מיט זיין משפחה ווי א מאָנסטער
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1A52EBC8-13BE-4324-930B-3E5EB2AFB91A.jpeg
    1A52EBC8-13BE-4324-930B-3E5EB2AFB91A.jpeg
    104.8 KB · געזען: 15
איבערלעבן עפעס וואס וואלט נארמאלערהייט חרוב געמאכט א מענטש, מאכט דיר שטערקער פון סיי וואס אין די וועלט.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 21518348-A3C7-457C-8143-537F2ECFE95C.jpeg
    21518348-A3C7-457C-8143-537F2ECFE95C.jpeg
    814.5 KB · געזען: 14
דו רעדטס פון דראגס?:unsure:
איך רעד אוודאי נישט פון די מינוטן אדער אפילו די ערשטע יאר נאכדעם וואס דו כאפסט דעם אטעם. איך מיין נאכדעם וואס דו האסט געהאט ריכטיגע היילונג אין א gentle וועג פון איינעם וואס פארשטייט דערויף און ווייסט וויאזוי דיר צו העלפן מאכן מטעמים און איינקעשן עפעס גוטס פון אלע יסורים וואס דו ביזט דורך.

(פונקט ווי קיינער in their right mind ערווארט נישט פון א פרוי וואס האט נארוואס געבוירן א קינד, צו קאכן און רוימען כאילו לא היה. די זעלבע איז מיט א ״גייסטישע געבורט״ ס׳נעמט אסך מער צייט צו קומען צו די כוחות און אייגנטליך האבן ״נחת״ פון וואס איז געבוירן דערפון/ארויסגעקומען פון אלע דורכמאכענישן)
 
Back
Top