קורץ און שארף...

די ביכל quiet האט געטוישט אסך אין מיין לעבן, זיך צו קענען בעסער פארשטיין אלס אן Introvert
(כ׳האב עס אויסגעהערט אויף Audible)
די מחברת איז Susan Cain
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 42DF6564-FC88-4F48-AA01-3B5D815EA310.jpeg
    42DF6564-FC88-4F48-AA01-3B5D815EA310.jpeg
    412 KB · געזען: 23
I tried to be a magician, but I just couldn’t pull it off, so I vanished from the scene
 
A meeting between a man with no suit and 2 suits with no men
דערמאנסט מיך די joke וואס איז מיין באליבסטע פון מיינע קינדער יארן:

אין ביהמ״ד האט זיך געטון א מהומה און דער רבי האט געפרעגט זיינע מענטשן וואס איז די גערודער? ענטפערן זיי אים ס׳איז ליידער אריינגעקומען אין שוהל א איד אן א קאפּל!

ענטפערט די רבי: נו?
ווען יענער וועט ארויפקומען אויפ׳ן עולם האמת, וועט מען אים דארט פרעגן: ר׳ איד, וואו איז דיין קאפל?

אבער אונז וועט מען פרעגן: ר׳ קאפל וואו איז דיין איד?
 
דאס אידעך די באקאנטע ניגון פון ליפא שמעלצער, איד ווי דיין בארד? בארד ווי איז דיין איד?

איך דערמאן מיך א אנדערע זשאוק, אין ישיבה האט איין בחור איינגערעדט א צווייטן אז ער קען אים מאכן א רואה ואינו נראה.

ער האט אים געזאגט אז ער דארף זיך אויסטון אינגאנצן און אזוי אריינוואקן אין בית מדרש און קיינער גייט אים נישט זעהן.

דער תמים האט זיך אויסגעטון אלעס חוץ די גאטשע האט ער געלאזט, ער וואקט אריין אין בית מדרש און דער עולם האט אויסגעשאסן פאר געלעכטער.

ער לויפט צוריק צום בחור וואס האט אים איינגערעדט, וואס רעדסטו שטותים? אודאי זעהט מיר יעדער איינער, יעדער האט מיר אויסגעלאכט אין בית מדרש!

דער בחור זאגט אים קיינער האט דיר נישט געזעהן, איך האב דיר געזאגט אז דו זאלסט זיך אויסטון אינגאנצן, האסט נישט געפאלגט, דער עולם האט געזעהן א גאטשע שפאצירט זיך אריין אין בית מדרש, אודאי האבן זיי געלאכט...
 
הא הא
ביינונז איז ליפא נישט געווען כשר ממילא האב איך נישט קיין אהנונג וועלכע ניגון דו רעדסט. (די איינציגסטע אלבום פון אים וואס איך האב יארן שפעטער באקומען א מתנה פון זיינס א ברודער - איז א פשוט׳ער איד,
& I thought it was a musical masterpiece
 
היום קצר...
מיזט בכלל נישט מאכן אן עקסעלענט ארבעט,
און ניטאמאל די גאנצע ארבעט
לערן זיך צו דעלעגעיטן- ס'איז א מחי' ווען מ'קען אויפהערן מיינען מ'דארף אלס טון אליין.

אסך הנאה אין לעבן געווינט מען אויך ווען מ'הערט אויף זארגן: "וויאזוי אנדערע וועלן עס אנקוקן"
טוה עפעס וואס וועט פאר דיר געפעלן. ארבעט אויף עפעס וואס קען דיר שאפן הנאה,
א זאך וואס דו גלייבסט ס'לוינט צו טוהן.

לא עליך המלאכה לגמור
אבער אינגאנצן באפרייט פון השתדלות זענען מיר אויך נישט,
נעם קודם איין טריט. און די הצלחה וועט צוביסלעך snowball'ען און וואקסן האפנטליך
אפשר וועט דיר העלפן זיך צו פרעגן:
וואס קען זיין מיין נעקסטע נעקסטע שריט?
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screen Shot 2025-03-04 at 4.30.49 PM.png
    Screen Shot 2025-03-04 at 4.30.49 PM.png
    74 KB · געזען: 16
איך האב עס ליב נאס, גליטשיג און שיין פינקיש רויט. און איך גלייך צו ניצן ביידע הענט דערצו.

איך רעד פון מעלאונע. דו אויך?
 
אייביג איז עס 'דער קומענדיגער ר' עקיבא איגר' וואס ווערט נעבעך אינגערהייט אוועקגעריסן. נאך א מזל איך האב נישט א שארפן קאפ.
 
זאלסט נישט חרטה האבן אויף פארגאנגענע טעותים, אלע באשלוסן, גוטע אדער שלעכטע, האבן דיר געפירט צו וואו דו ביסט הײנט.

אויב דו ביסט אין תפיסה פארגעס וואס איך זאג.
 
איך דערמאן מיך א אנדערע זשאוק, אין ישיבה האט איין בחור איינגערעדט א צווייטן אז ער קען אים מאכן א רואה ואינו נראה.

ער האט אים געזאגט אז ער דארף זיך אויסטון אינגאנצן און אזוי אריינוואקן אין בית מדרש און קיינער גייט אים נישט זעהן.

דער תמים האט זיך אויסגעטון אלעס חוץ די גאטשע האט ער געלאזט, ער וואקט אריין אין בית מדרש און דער עולם האט אויסגעשאסן פאר געלעכטער.

ער לויפט צוריק צום בחור וואס האט אים איינגערעדט, וואס רעדסטו שטותים? אודאי זעהט מיר יעדער איינער, יעדער האט מיר אויסגעלאכט אין בית מדרש!

דער בחור זאגט אים קיינער האט דיר נישט געזעהן, איך האב דיר געזאגט אז דו זאלסט זיך אויסטון אינגאנצן, האסט נישט געפאלגט, דער עולם האט געזעהן א גאטשע שפאצירט זיך אריין אין בית מדרש, אודאי האבן זיי געלאכט...
ס'איז א מעשה שהיה!! אין די ישיבה פון סאטמאר רב, נאך אין שטאט סאטמאר, ס'איז ידוע ווער ס'איז דער וואס האט איהם עס איינגערעדט, א ת"ח א רב,!!
 
איך האב מורא אז דו מישט מיט די מעשה פון איינער וואס האט איינגערעדט א גראבע תמימודיגע בחור אז ער איז מעוברת

אדער אפשר האט יענע תלמיד חכם געמאכט פורים יעדע שטיק צייט פון א צווייטן...
 
די חילוק צווישן די וואס פאלן פאר די פאפוליסט נאראטיוו/רעכטע פראפעגאנדע (סטיוו בענאן, טאקער קארלסאן, ענדרו טעיט, עלאן מאסק,) און די וואס פאלן פאר די לינקע פעיק ניוז (מעינסטריעם מידיע, דיעפ סטעיט, געריכט אורטיילן, WEF,), איז אז די צווייטע גרופע איז אויך קעיפעבל צו ליינען*..

*דאקומענטן, געזעצן, און היסטאריע.
 
אין אייוועלט, איז די דיפאולט אפיניען אז דייקא פון דא איז טאקע א ראי' אז עדיוקעישן מאכט נאר נאריש.

ס'גייט אזוי, דאס אז לינקייט איז נאריש איז דאך פשוט, יעצט אז עדיוקירטע זענען מער לינק גענויגט איז א קלארע ראי' אז עדיוקעישן (אקא: קענען ליינען) מאכט נאריש.
 
לעצט רעדאגירט:
מענטשן זענען פארנומען מיט טענות: וויאזוי קענסטו טון אזוינס צו דיינע עלטערן (זיין זיך אליין און נישט אפגעבינדן צו געזעצן וואס דו גלייבסט נישט דערין) און אויף דעם איז וויכטיג צו געדענקען דעם כלל וואס משפחה באדייט בכלל:

משפחה זענען נישט אלעמאל בלוט-קרובים. דיין אמת'ע פאמיליע זענען די וועלכע ווילן דיר האבן אין זייער לעבן: זיי נעמען דיך אן אזויווי דו ביזט, עכטע משפחה וועלן טון אלעס אין די וועלט וואס זיי קענען נאר, צו זעהן א שמייכל אויף דיין געזיכט. און זיי האבן דיר ליב נישט קיין חילוק וואס!
___

נישט יעדער איז געבענטשט מיט דעם, בפרט ווען מ'וואקסט אויף אין א סיסטעם וואס רויבט צו פון עלטערן די choice ווען און וויפיל קינדער זיי ווילן האבן (און אויב זיי ווילן בכלל) און אפילו אחר המעשה וואס מ'האט קינדער רויבט די סיסטעם צו יעדע געלעגנהייט פון ענדשויען דאס לעבן אין פולן זין פון ווארט (און פרובירן אלעמאל מאכן נאר שווערער) און פארדרייען דעם קאפ און רעדן איין (ברעינוואשן) עלטערן פון ווען זיי זענען קליינע קינדער נאך אז מ'דארף 'מקריב זיין די קינדער פאר'ן באשעפער' ווי אונזער ערשטע טאטע אברהם... איי זיי דינען א געטשקע נישט קיין גאט - פארדעם זעהט מען נעבעך אזוי אויס
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screen Shot 2025-03-09 at 8.17.31 AM.png
    Screen Shot 2025-03-09 at 8.17.31 AM.png
    155.4 KB · געזען: 10
Back
Top