דאס אידעך די באקאנטע ניגון פון ליפא שמעלצער, איד ווי דיין בארד? בארד ווי איז דיין איד?
איך דערמאן מיך א אנדערע זשאוק, אין ישיבה האט איין בחור איינגערעדט א צווייטן אז ער קען אים מאכן א רואה ואינו נראה.
ער האט אים געזאגט אז ער דארף זיך אויסטון אינגאנצן און אזוי אריינוואקן אין בית מדרש און קיינער גייט אים נישט זעהן.
דער תמים האט זיך אויסגעטון אלעס חוץ די גאטשע האט ער געלאזט, ער וואקט אריין אין בית מדרש און דער עולם האט אויסגעשאסן פאר געלעכטער.
ער לויפט צוריק צום בחור וואס האט אים איינגערעדט, וואס רעדסטו שטותים? אודאי זעהט מיר יעדער איינער, יעדער האט מיר אויסגעלאכט אין בית מדרש!
דער בחור זאגט אים קיינער האט דיר נישט געזעהן, איך האב דיר געזאגט אז דו זאלסט זיך אויסטון אינגאנצן, האסט נישט געפאלגט, דער עולם האט געזעהן א גאטשע שפאצירט זיך אריין אין בית מדרש, אודאי האבן זיי געלאכט...