נישט אזוי קורץ, אבער איך האף דו וועסט הנאה האבן:
ווען מענטשן ווילן נישט האבן מיטגעפיל מיט א צווייטן
איז דא אזעלכע וואס ווילן זאגן: איך האב זיך אויך געמוטשעט און געליטן פון דעי אומרעכט, און ס'האט מיר גארנישט געשאדט...
איי, פון וואו נעמסטו א ראי' אז ס'האט דיר טאקע נישט געשאדט?
ווען ער הערט וועגן א קינד וואס דער מלמד האט אים דערלאנגט א פראסק,
איז זיין רעאקציע: נישט קשה, מיר איז אויך געשעהן אזעלכע זאכן און ס'נישט אזוי געפערליך...
וואונטשן די אייגענע אומגליקן אויף אנדערע, איז אייגנטליך פארקערט פון "נישט געשאדט"
די נארישע אויסרייד: 'שווערע מצבים בויען א שטארקע כאראקטער' האט א תנאי:
די איינציגע וועג וויאזוי ס'קען דיר באמת מאכן שטערקער איז ווען דו האסט די הילף עס צו היילן, און ווען א מענטש ווייזט ארויס א קאלטבלוטיגקייט איז זייער קלאר אז ער האט זיך בכלל נישט געהיילט
די פאנטאזיע אז א מענטש קען זיין שטארק איינער אליין האט שוין געברענגט אומצאליגע חורבנות. מיר האבן נאר די מעגליכקייט זיך צו שטארקן ווען מ'האט די ריכטיגע סופארט. אויב מ'פילט זיך אליין האט מען נישט די מעגליכקייט צו פּראָסעסן וואס האט פאסירט.
דעי לינק לייג איך דא בעיקר וועגן זיין קאמענט וואס ער מאכט אינמיטן:
וואס מאכט די חילוק צווישן ווערן טראמאטיזירט אדער ווערן שטערקער פון די שווערע איבערלעבענישן? - ווען מ'האט די מעגליכקייט עס צו פּראסעסן.
מיר אלע דארפן הילף איינער פון אנדערן. קיינער קען עס נישט טון אליין.
קורץ און שארף?.mp4