רבי אביגדור מילער

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
281
רעאקציע ראטע
969
פונקטן
123
א חידוש אז מען האט אים נאכנישט באשריבן דא.
איך קען נישט קיין סאך וועגן אים איך ווייס נאר אז ער האט געוויסט פארוואס היטלער האט גע'הרג'ט 6 מיליאן אידן ביים מלחמה.

אויך האט ער גאר געוואלדיגע הדרכה פאר פרויען פאר שלום בית
 
לעצט רעדאגירט:
פאר מיר איז גאר אינטערעסאנט היתכן ער אלס ליטוואק איז געווארן אזוי באהייליגט ביי חסידים
 
ער איז טאקע נישט פארהייליגט, נאר ווען מען דארף עפעס א רידיקיולעס סטעטמענט נעמט מען עם ארויס פון שאפע.
 
1. נישט נאר ער. סאטמאר רבי האט געהאלטן ס'איז וועגן די ציונים, האט ער געזאגט זיין אייגענע מהלך.

2. ביי די עוואלוציע שנירל איז ער שוין געווארן דיסקוסירט לגבי זיינע (קריסטליכע) שיטות אינעם ענין.
 
1. נישט נאר ער. סאטמאר רבי האט געהאלטן ס'איז וועגן די ציונים, האט ער געזאגט זיין אייגענע מהלך.
לדעתי האט די סאטמער רבי נישט באמת געהאלטן אזוי נאר געזאגט אזוי בדרך דרוש....
 
פאר מיר איז גאר אינטערעסאנט היתכן ער אלס ליטוואק איז געווארן אזוי באהייליגט ביי חסידים
ווייל זיין שיטות לגבי ציונות איז זייער ענדליך צו די רבי זי״ע איז ער געווארען כשר
 
מ'קען אריין לייגן דא מיין שנירל געפענט נאך דעם. דאס צוזאמן שמעלצן. ואיתכם הסליחה נישט געוויסט פון דעם שנירל וואס איז געפענט געווארן דורך אנדערע באנוצער, פאר מיר.

 
לעצט רעדאגירט:
פאר מיר איז גאר אינטערעסאנט היתכן ער אלס ליטוואק איז געווארן אזוי באהייליגט ביי חסידים
ווי זעהסטו חוץ פון אפאר וויליאמסבורגער אידן, אז חסידים פארהייליגען איהם?
 
אמת.
דאך זיינע גליונות ווערט פארשפרייט כמעט אומעטום..
1. די מוציאים לאור פארשפרייטען עס, מיינט נאכנישט אז די עולם נעמט עס..
2. אפילו אויב יא, מענטשען האבן ליעב צו ליינען/לערנען שיינע און אינטרעסאנטע געדאנקען
ראזענבוים'ס גליונות דרך אמונה זענען אויך שטארק פארשפרייט, דאס מיינט אז מענשטען זענען פארקויפט פאר "איהם" ?
 
Back
Top