רבי שמואל ניימאן שליט"א

געהערט די ערשטע שאלה צו מען מעג נוצען וועיפ ווען עס האט אין זיך חמץ , זאגט ער אז מען מעג ווייל כאטש חמץ איז אסור בהנאה , אבער דאס איז נאר ווען עס איז עומד לאכילה , אבער וועיפ וואס איז נישט א מאכל איז מותר , דאס איז קעגען די משנה אין אלו עוברין, ווי ער רעכענט אויס קולן של סופרים, וואס איז געמאכט צו קלעבען פארמעט, און קיינער עסט עס נישט, און מען איז עובר בל יראה, אדער עכ״פ מען טאר עס נישט האלטען אום פסח,און עס איז אסור בהנאה ומקלו יגיד לו
שארי ליה מארי .
איך בין נישט אינעם סוגיא יעצט, אבער דאכט זיך מיר אז חמץ נוקשה איז מבואר אין די פוסקים אז עס איז ראוי לאכילה קצת, אויב עס איז נפסל מאכילת כלב איז נישט דא ביי דעם קיין שום איסור - חוץ אויב איינער עסט עס וואס דעמאלטס איז 'אחשביה' און דאס איז לכאורה געווען זיין כוונה - אז עס איז נישט עומד לאכילה און איז נישט שייך ביי דעם אחשביה.
Correct me if I'm wrong.
 
Back
Top