רבי שמואל ניימאן שליט"א

געהערט די ערשטע שאלה צו מען מעג נוצען וועיפ ווען עס האט אין זיך חמץ , זאגט ער אז מען מעג ווייל כאטש חמץ איז אסור בהנאה , אבער דאס איז נאר ווען עס איז עומד לאכילה , אבער וועיפ וואס איז נישט א מאכל איז מותר , דאס איז קעגען די משנה אין אלו עוברין, ווי ער רעכענט אויס קולן של סופרים, וואס איז געמאכט צו קלעבען פארמעט, און קיינער עסט עס נישט, און מען איז עובר בל יראה, אדער עכ״פ מען טאר עס נישט האלטען אום פסח,און עס איז אסור בהנאה ומקלו יגיד לו
שארי ליה מארי .
איך בין נישט אינעם סוגיא יעצט, אבער דאכט זיך מיר אז חמץ נוקשה איז מבואר אין די פוסקים אז עס איז ראוי לאכילה קצת, אויב עס איז נפסל מאכילת כלב איז נישט דא ביי דעם קיין שום איסור - חוץ אויב איינער עסט עס וואס דעמאלטס איז 'אחשביה' און דאס איז לכאורה געווען זיין כוונה - אז עס איז נישט עומד לאכילה און איז נישט שייך ביי דעם אחשביה.
Correct me if I'm wrong.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

אז עס איז נישט א מאכל זאגט מען נישט אחשביה
דאס קומט זאגען ,אז כאטש דער רא״ש טוט אויף אז אפילו נפסל מאכילת כלב איז אסור צו עסען ווייל איך זאג אחשביה ,
ממילא אויב איז עס נפסל מאכילת כלב און עס שטייט נאר פאר הנאה,איז עס מותר בהנאה ווייל ביי הנאה זאגט מען נישט אחשביה .
איז דער היתר דענסטמאהל געבויעט ווייל עס איז נפסל מאכילת כלב - דאס איז פשוט .
אבער כל זמן מען האט נישט עסטעבלישט אז עס איז נפסל מאכילת כלב איז עס חמץ נוקשה,ווי דו זאגסט און עס איז אסור בהנאה, אפילו עס איז נישט עומד לאכילה
אפילו מען וועט זאגען אז מען מעג עס משהה זיין ווייל עס וועט נישט צוקומען אז מען זאל עס עסען ,אבער עס איז אסור בהנאה אזוי איז משמע אין שולחן ערוך תמ״ב סעיף ב, מלוגמא שנסרחה-(מאכילת כלב)- אינו חייב לבער און עס איז מותר בהנאה אבער ביי נפסל מאכילת אדם איז נישט מבורר אז מען מעג הנאה האבען.
 
Back
Top