רבי שמואל ניימאן שליט"א

עס דאכט זיך מיך אז ער איז געווארן אסאך מער קאנסערוועטיוו ביי די נייע סעזאן פון Q&A. ער זאגט אז אויב איינער וויל עסן די טשאלנט אנהייב סעודה זאל ער עס נישט טון ווייל עס איז דא גרויסע ענינים אין די סדר פון די מאכלי שבת... אויך זאגט ער אז מען זאל בענטשן די קינדער אפי' די טאטע האט נישט ווייל עס שטייט קלאר אין די ארי' ז"ל...

ביי די ערשטע סעזאן דריי יאר צוריק האט ער נישט אזוי גערעדט...
 
לעצט רעדאגירט:
ר׳ שמואל ניימאן אב״ד אבני חושן ביים גיין ווייראל אויף יאטאב.

1771882993429.webp
 
די סעסיע פין היינט איז גאר שטארק.

ער קומט אריין שטארק אין קלאר.

אונז זענען גליקלעך צו האבן אזאלכע דיינים אין אונזער סאסייעטי.

לאמיר האפן ער זאל ווייטער אנגיין מיט'ן גאנצע כח.
 
די סעסיע פין היינט איז גאר שטארק.

ער קומט אריין שטארק אין קלאר.

אונז זענען גליקלעך צו האבן אזאלכע דיינים אין אונזער סאסייעטי.

לאמיר האפן ער זאל ווייטער אנגיין מיט'ן גאנצע כח.
פליז פאסט עס
 
עס דאכט זיך מיך אז ער איז געווארן אסאך מער קאנסערוועטיוו ביי די נייע סעזאן פון Q&A. ער זאגט אז אויב איינער וויל עסן די טשאלנט אנהייב סעודה זאל ער עס נישט טון ווייל עס איז דא גרויסע ענינים אין די סדר פון די מאכלי שבת... אויך זאגט ער אז מען זאל בענטשן די קינדער אפי' די טאטע האט נישט ווייל עס שטייט קלאר אין די ארי' ז"ל...

ביי די ערשטע סעזאן דריי יאר צוריק האט ער נישט אזוי גערעדט...
היות ער האט דאס אדרעסירט די וואך צי איך צוריק
פליז פאסט עס
View: https://youtu.be/dC3ii6BB_nY
 
לעצט רעדאגירט:
יוטיוב האט מיר לעצטנס געפיטערט די שו"ת סעסיעס פון ר' שמואל און איך האב נישט געגלויבט מיינע אויערן, ווי זאכן רוקן זיך אלץ...

איך האב אוודאי גרויס רעספעקט פאר'ן רב, אבער לענ"ד די אלע וואס גייען ארויס אקעגן אים כאפן נישט אז ער, און נאר ער (און רבנים כיוצא בו), זענען די וואס געבן א האפענונג פאר רעליגע אנצוגיין פאר נאך אפאר יאר, בעת וואס די מוחים האבן שוין פון לאנג אויפגעגעבן (זיי ווייסן פשוט נישט דערפון)
 
היות ער האט דאס אדרעסירט די וואך צי איך צוריק

View: https://youtu.be/dC3ii6BB_nY
נעבעך, דאס איז שוין די אויפגעקלערסטע וואס די חסידישע וועלט פארמאגט, מ'האט נאך א לאנגע וועג צו גיין. וואס ער זאגט דא וועגן אראל סעקס איז טאטאל אףף.

גראדע איז ער אויך נישט גערעכט אז די גאנצע מקור פון פרויען זיך שערן איז א רעאקציע צו השכלה, ס'שטאמט נאך פון פריער.
 
איך האב יעצט געהערט די ערשטע מאל די שו"ת, איך האב נישט געקענט גלייבן אז ער רעדט אזוי אפן, אפילו מער ווי נחום ראזענבערג. ער רעדט אפן פון תשמיש, פרוי און מאן צוזאמען אין בעט, מוציא זיין ז"ל אויף איר בויך וכו',
שוין אפגערעדט פון קנאקן פסקים וואס קיינער וואגט זיך נישט צו פסק'ען, ווי אז מאן און ווייב מעגן גיין שווימען צוזאמען, זי מיט א בעידינג סוט, וכו',
איי געס ער האט מער נישט וואס צו פארלירן, אז מ'וועט ארויסקומען קעגן אים? מ'איז שוין ארויסגעקומען...
די רבנים דארפן זיך אויסלערנען נישט אויסצושיסן אלע פיילן.
 
ס׳דא א מאמר אויף ענגליש וואס גייט בערך אזוי ״די קענסט נישט געווינען א מענטש וואס האט גארנישט צי פארלירן״
 
די ערשטע מאל איך הער עם.. זייער אינטערעסאנט

איך בין סורפרייזד ווי ער זאגט אז זרע לבטלה איז א גרעסערע פראבלעם מיט די ווייב ווי אן די ווייב...

קיינמאל געהערט אזאנס
 
די ערשטע מאל איך הער עם.. זייער אינטערעסאנט

איך בין סורפרייזד ווי ער זאגט אז זרע לבטלה איז א גרעסערע פראבלעם מיט די ווייב ווי אן די ווייב...

קיינמאל געהערט אזאנס
לכאורה פשוט לויט די זוהר, וכך הוה מעשה ער ואונן
 
איך האב יעצט געהערט די ערשטע מאל די שו"ת, איך האב נישט געקענט גלייבן אז ער רעדט אזוי אפן, אפילו מער ווי נחום ראזענבערג. ער רעדט אפן פון תשמיש, פרוי און מאן צוזאמען אין בעט, מוציא זיין ז"ל אויף איר בויך וכו',
שוין אפגערעדט פון קנאקן פסקים וואס קיינער וואגט זיך נישט צו פסק'ען, ווי אז מאן און ווייב מעגן גיין שווימען צוזאמען, זי מיט א בעידינג סוט, וכו',
איי געס ער האט מער נישט וואס צו פארלירן, אז מ'וועט ארויסקומען קעגן אים? מ'איז שוין ארויסגעקומען...
די רבנים דארפן זיך אויסלערנען נישט אויסצושיסן אלע פיילן.
הרב שמואל ניימאן שליט"א איז א תלמיד חכם מובהק, ער זאגט גדרי הלכה על פי שלחן ערוך, אלעס וואס ער זאגט האט בעקינג אין די הלכה, ער איז דאך נישט משועבד צו אנדערע דיינים, ער פאר זיך איז יפה כוחו בהלכה.

להבדיל בין נארמאל למשוגע, נחום גרייפט אהן פריוואטע מענטשן מיט כל מיני חירופים ובזיונות, מיט די מסוה אז ער טוהט פאר די מיינארס זיי צו באשיצן פון עביוז, אבער דאס גיט איהם נישט לייסענס צו בארעדן סיי מיט וועם ער האט א סכסוך, און נאך אויף א געמיינע אופן. און בעסיידס דעם, ווען ער זאגט הלכה איז עס אויך מבולבל מיט סברות כרסיות און שגיאות.
 
דארט איז געווען נישט א פשוט'ע ווייב, נאר א יבמה
דעת תוספות איז אז דער איסור פון השחתה איז וועגן ביטול פריה ורביה אזוי ווי ביי ער ואונן, אבער ווען א פרוי איז נישט עוועילעבעל איז קליש איסוריה, עס איז אסור מדרבנן.
 
דעת תוספות איז אז דער איסור פון השחתה איזוועגען
ביטול פריה ורביה אזוי ווי ביי ער ואונן , אבער ווען א פרוי איז נישט עוועילעבעל איז קליש איסוריה , עס איז אסור מדרבנן .
קומט נישט עכט אריין דא.. אבער לויט דיין לאגיק ווענדט זיך עס נישט צו מיט די ווייב צו אן די ווייב.. אויב איז עס נאר אסור ווען די פרוי קען ווערן טראגעדיג דאן ווען די פרוי איז שוין טראגעדיג אדער איר אייער איז שוין געקומען די חודש אדער אויב זי האט סייווי א IUD דאן קען מען משחית זיין אפילו מיט די ווייב...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
קומט נישט עכט אריין דא.. אבער לויט דיין לאגיק ווענד זיך עס נישט צו מיט די ווייב צו אן די ווייב.. אויב איז עס נאר אסור ווען די פרוי קען ווערן טראגעדיג דאן ווען די פרוי איז שוין טראגעדיג אדער איר אייער איז שוין געקומען די חודש אדער אויב זי האט סייווי א IUD דאן קען מען משחית זיין אפילו מיט די ווייב...
לכאורה לויט דעם מהלך אויב די פרוי איז שוין מעוברת איז נאר דא א דרבנן, און מסתבר אויך אויף די אומשטענדן וואס דו צייכענסט אהן איז דא איסור מדרבנן. א איסור מדרבנן מיינט נישט מותר, עס מיינט אז עס נישט אסור מן התורה, אזוי ווי לדוגמא טשיקען מיט מילך איז אסור מדרבנן .
 
Back
Top