רבי שמואל ניימאן שליט"א

געהערט די ערשטע שאלה צו מען מעג נוצען וועיפ ווען עס האט אין זיך חמץ , זאגט ער אז מען מעג ווייל כאטש חמץ איז אסור בהנאה , אבער דאס איז נאר ווען עס איז עומד לאכילה , אבער וועיפ וואס איז נישט א מאכל איז מותר , דאס איז קעגען די משנה אין אלו עוברין, ווי ער רעכענט אויס קולן של סופרים, וואס איז געמאכט צו קלעבען פארמעט, און קיינער עסט עס נישט, און מען איז עובר בל יראה, אדער עכ״פ מען טאר עס נישט האלטען אום פסח,און עס איז אסור בהנאה ומקלו יגיד לו
שארי ליה מארי .
איך בין נישט אינעם סוגיא יעצט, אבער דאכט זיך מיר אז חמץ נוקשה איז מבואר אין די פוסקים אז עס איז ראוי לאכילה קצת, אויב עס איז נפסל מאכילת כלב איז נישט דא ביי דעם קיין שום איסור - חוץ אויב איינער עסט עס וואס דעמאלטס איז 'אחשביה' און דאס איז לכאורה געווען זיין כוונה - אז עס איז נישט עומד לאכילה און איז נישט שייך ביי דעם אחשביה.
Correct me if I'm wrong.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

אז עס איז נישט א מאכל זאגט מען נישט אחשביה
דאס קומט זאגען ,אז כאטש דער רא״ש טוט אויף אז אפילו נפסל מאכילת כלב איז אסור צו עסען ווייל איך זאג אחשביה ,
ממילא אויב איז עס נפסל מאכילת כלב און עס שטייט נאר פאר הנאה,איז עס מותר בהנאה ווייל ביי הנאה זאגט מען נישט אחשביה .
איז דער היתר דענסטמאהל געבויעט ווייל עס איז נפסל מאכילת כלב - דאס איז פשוט .
אבער כל זמן מען האט נישט עסטעבלישט אז עס איז נפסל מאכילת כלב איז עס חמץ נוקשה,ווי דו זאגסט און עס איז אסור בהנאה, אפילו עס איז נישט עומד לאכילה
אפילו מען וועט זאגען אז מען מעג עס משהה זיין ווייל עס וועט נישט צוקומען אז מען זאל עס עסען ,אבער עס איז אסור בהנאה אזוי איז משמע אין שולחן ערוך תמ״ב סעיף ב, מלוגמא שנסרחה-(מאכילת כלב)- אינו חייב לבער און עס איז מותר בהנאה אבער ביי נפסל מאכילת אדם איז נישט מבורר אז מען מעג הנאה האבען.
 
דוקא א "מאכל אדם" דארף ווערן נפסל מאכילת כלב. א זאך וואס איז בכלל נישט נישט קיין מאכל, איז גענוג אז עס איז נישט ראוי לאכילת אדם. עס איז קלאר אין שו"ע, אפי' אם אינו מאכל "כל אדם".
 
הואיל ואתא לידן מען רעדט פון די פסקים פון רבי שמואל
ניימאן ,נימא ביה מילתא ,זאגט ער אין א פריערדיגען סעגמענט,אז א ליינער וואס א פרוי נוצט אויף די אונטערוועש איז נישט דא ביידעם קיין טומאת כתמים ווייל עס איז נישט מקבל טומאה- אזוי פסקענען מורי הוראה - אבער די פסק איז תמוה - קודם עס ליגט דאך אויף א בגד וואס איז מקבל טומאה וואס ווערט טמא פון טומאת משא פון די כתם ,איז דאך נוהג דיני כתמים - דאס שטייט אין פתחי תשובה בשם סדרי טהרה,
חוץ מזה ווער זאגט אז א ליינער איז נישט מקבל טומאה?,די ליינערס זענען געמאכט פון א דבר היוצא מן העץ און אז עס איז געמאכט פאר באנוץ פון א מענטש -תשמישי אדם איז עס מקבל טומאה אפילו פשוטי כלי עץ מדרבנן - נאכמער די ליינער ווערט דאך באנוצט מען זיצט אויף עס, עס איז נישט עמוד ונעשה מלאכתנו, איז עס מקבל טומאה מן התורה טומאת מדרס און ממילא אויטאמאטיש אלע טומאות ,
אבער חוץ מזה א כתם הייסט ווען מען טרעפט דם אויף א בגד וואס איז נישט מיוחד מקבל צוזיין דם 🩸 און אזוי ווי עס איז נישט דא קיין הרגשה ,האט מען מיקל געוועהן ביי דבר שאינו מקבל טומאה , אבער א ליינער איז דאך ספעציעל מענופעקטשורט מקבל צוזיין אלע דיסטשארדזשעס פון די פרוי און עס איז א עד בדוק, וואס מען נוצט מקבל זיין דם , קיין מאכולת איז דארט נישט דא , איז אפילו א טיפת דם גלייך ווי א ראיה,ווייל עס איז קלאהר כשמש ביום אז עס איז פון מקור דמיה.
 
דוקא א "מאכל אדם" דארף ווערן נפסל מאכילת כלב. א זאך וואס איז בכלל נישט נישט קיין מאכל, איז גענוג אז עס איז נישט ראוי לאכילת אדם. עס איז קלאר אין שו"ע, אפי' אם אינו מאכל "כל אדם".
פליעז צייכען אהן וועלכע סעיף די רעפערענסט
איך זעה עס נישט אבער לא ראינו אינו ראיה
בבקשה לציין סעיף
 
אז עס איז נישט א מאכל זאגט מען נישט אחשביה
דאס קומט זאגען ,אז כאטש דער רא״ש טוט אויף אז אפילו נפסל מאכילת כלב איז אסור צו עסען ווייל איך זאג אחשביה ,
ממילא אויב איז עס נפסל מאכילת כלב און עס שטייט נאר פאר הנאה,איז עס מותר בהנאה ווייל ביי הנאה זאגט מען נישט אחשביה .
איז דער היתר דענסטמאהל געבויעט ווייל עס איז נפסל מאכילת כלב - דאס איז פשוט .
אבער כל זמן מען האט נישט עסטעבלישט אז עס איז נפסל מאכילת כלב איז עס חמץ נוקשה,ווי דו זאגסט און עס איז אסור בהנאה, אפילו עס איז נישט עומד לאכילה
אפילו מען וועט זאגען אז מען מעג עס משהה זיין ווייל עס וועט נישט צוקומען אז מען זאל עס עסען ,אבער עס איז אסור בהנאה אזוי איז משמע אין שולחן ערוך תמ״ב סעיף ב, מלוגמא שנסרחה-(מאכילת כלב)- אינו חייב לבער און עס איז מותר בהנאה אבער ביי נפסל מאכילת אדם איז נישט מבורר אז מען מעג הנאה האבען.
איך בין נישט קלאָר וואס דיין טענה איז. די האלטסט אז עס איז נישט נפסל מאכילת כלב? (אדער מאכילת אדם - ווי @יין שרף האט געברענגט)וואס עפעס? איז עס ראוי לאכילה קצת?
 
פליעז צייכען אהן וועלכע סעיף די רעפערענסט
איך זעה עס נישט אבער לא ראינו אינו ראיה
בבקשה לציין סעיף
לכאורה סימן תמב סעיף א' אין די נושאי כלים, און סעיף ד? עיי"ש
 
איך בין נישט קלאָר וואס דיין טענה איז. די האלטסט אז עס איז נישט נפסל מאכילת כלב? (אדער מאכילת אדם - ווי @יין שרף האט געברענגט)וואס עפעס? איז עס ראוי לאכילה קצת?
איך באציה זיך צו א סטעיטמענט פון רבי שמואל וואס זאגט ,לפי הבנתי,אז חמץ וואס שטייט נישט צו עסען איז מותר בהנאה ווייל עס איז נישט א אוכל פון חמץ .
לויט ווי עס זעהט אויס אין שלחן ערוך איז אפילו חמץ וואס שטייט נישט צום עסען אסור בהנאה, דער היתר איז נאר ווען עס איז נפסל מאכילת כלב דאן איז עס מותר בהנאה,
מען קען אפשר זאגען אז רבי שמואל נעמט זיין הלכה פון כופת שאור שייחדו לישיבה,וואס מען מעג עס נוצען צו זיצען, לויט א טייל דעות אפילו ווען עס איז נישט טחו בטיט, אבער דארט איז א הנאה חיצוני פון גוף ווי ישיבה,
האט מען מתיר געוועהן לויט א טייל, אבער א הנאה פון וועיפ,דארף זיין אז דער חמץ זאל זיין נפסל מאכילת כלב.
 
לכאורה סימן תמב סעיף א' אין די נושאי כלים, און סעיף ד? עיי"ש
דארטען זאגט ער אז תערובת חמץ וואס איז נישט ראוי לאכול מעג מען משהה זיין אום פסח ,אבער עס איז נישט
מותר בהנאה נאר אויב עס איז נפסל מאכילת כלב .
 
Back
Top